ווער האט געשריבן דעם זוהר הק'

אין חז"ל ווערט דערמאנט א לאנד קפוטקיא, וואס איז קלאר נישט אין ארץ ישראל, עס איז נישטא קיין שום מקור און זכר אויף די עקזיסטענץ פון אזא שטאט אין ארץ ישראל. אבער די מחברי הזוהר האבן עפעס פארשטאנען אז עס איז דא א שטאט קפוטקיא אין ארץ ישראל ערגעץ וואו אין די געגנט פון לוד.

Cappadocia, and the Authenticity of the Zohar
 
לעצטע וואך שטייט אין זוהר:
ויעלו בנגב בני נשא סלקין בגווה בנגב בלבא עצלא כמאן דאשתדל במגנא בנגיבו דחשיב דלית בה אגר חמי דהא עותרא דהאי עלמא אביד בגינה חשיב דכלא הוא. בנגב כד"א חרבו המים ומתרגמינן נגיבו.
פון דעם וואס דער מחבר דארף ברענגען א ראיה פון די תרגום אויף אן אראמישע ווארט, קען מען לכאורה פארשטיין אז עס איז נישט געשריבן געווארן אין א פלאץ וואו די טאג טעגליכע שפראך איז געווען אראמיש.
 
די סבה פארוואס די חוקרים זענן נישט באגלויבט איז נישט ווייל זיי צילן אויסצורייסן די תורה. אפילו פרומע חוקרים זענן נישט באגלויבט. די סיסטעם פון חקירה איז געבויט אויף געזעצן וואס בינדן צו די הענט פון דער חוקר. נאר געוויסע אינפארמאציע איז אקצעפטבאר, און זיי בויען גג על גג אויף פעלערהאפטיגע אינפארמאציע. זיי האבן א געוויסע גיאות וואס לאזט זיי נישט אנערקענן ווי ווייניג אינפארמאציע זיי האבן, און ממילא מוזן זיי בלייבן מיט זייער לעכערליכע אינפארמאציע. אוודאי זענן זיי מודה אז זיי האבן נישט די אינפארמאציע, אבער אין די נעקסטע זאץ מאכן זיי זיך שוין נישט צוטון דערפון.
דאס איז קלאסיק Projection.
איך קען נישט גלייבן די היפאקרעסי, די פרומע זענען נישט געבונדן די הענט, אבער די חוקרים (יעדער וואס זוכט צו וויסן די אמת) איז יא געבונדן די הענט.
אפשר קענסטו אריין קומען קלאר, געבונדן מיט וואס?
אויף פארקערט דארף קיינער ניטאמאל אויסרעדן.
טו א טובה און זיי מסביר.
 
די אויסדרוק "עם כל זה" איז נתחדש געווארן דורך משפחת אבן תיבון און עקזסיטירט בכלל נישט פארדעם. די אויסדרוק וואס געפינט זיך אין זוהר איבער הונדערט מאל "עם כל דא" איז א דירעקטע איבערטייטש פון דעם אויסדרוק. זאת אומרת אז דער מחבר פון ספר הזוהר האט געלעבט נאך משפחת אבן תיבון.
 
די אויסדרוק "עם כל זה" איז נתחדש געווארן דורך משפחת אבן תיבון און עקזסיטירט בכלל נישט פארדעם. די אויסדרוק וואס געפינט זיך אין זוהר איבער הונדערט מאל "עם כל דא" איז א דירעקטע איבערטייטש פון דעם אויסדרוק. זאת אומרת אז דער מחבר פון ספר הזוהר האט געלעבט נאך משפחת אבן תיבון.
מיט אזעלכע סארט דזשיניעס ראיות, דארף מען עפעס מער?
 
ר' שמעון האט ציגעטראפן צום אבן תיבון...
 
האסט א תשובה?
איז עס נישט פשוט?
פראביר צו טראכטן וואס וואלט געווען ווען די זהר איז קראנט, און קיינער ווייסט נישט ווער האט עס נישט געזען ביז די דרייצענסטע סענטורי. איז עס אזא קשיא אז אן אויסדרוק זאל זיין ענדליך צו דער פון אבן תיבון? (ובפרט אז קיינער ווייסט נישט אז 'קיינער' האט עס גענוצט ביז אבן תיבון. נאר זיי האבן נישט קיין כתבים וואס נוצן עס.)
דאס הייסט עפעס א ראיה? א הוכחה? דאס איז די לעכערליכקייט פון די חוקרים, וואס פארלאזן זיך אויף די אייגענע חכמה צו ווייזן זייער חכמה. וויבאלד זיי זענן אזעלכע געוואלדיגע חוקרים, וואלטן זיי זיכער געטראפן די אויסדרוק ערגעץ פאר אבן תבון, און וויבאלד זיי האבן עס נישט געטראפן, עגזיסטירט עס נישט. און לויט דעם איז דער זהר א זיוף, און וויבאלד זיי האבן געכאפט אז עס איז א זיוף, זענן זיי געוואלדיגע חוקרים, און לויט דעם קען נישט זיין אז די אויסדרוק וואלט עגזיסטירט אן דעם אז זיי זאלן עס וויסן.
וחוזרים חלילה.

אשרי המאמין.
 
האסט א תשובה?
קען זיין אז משפחת אבן תיבון זענען געווען פון די Matrix וואס האבן געהאט עקסעס צו די זוהר 🤣😇

מ'קען גאר אפשר בויען א גאנצע קאנספיראציע אויף דעם.

אפשר אויך האט ר' שמעון גע'טיים טרעוולד מיט שמות הקדושים
 
איז עס נישט פשוט?
פראביר צו טראכטן וואס וואלט געווען ווען די זהר איז קראנט, און קיינער ווייסט נישט ווער האט עס נישט געזען ביז די דרייצענסטע סענטורי. איז עס אזא קשיא אז אן אויסדרוק זאל זיין ענדליך צו דער פון אבן תיבון? (ובפרט אז קיינער ווייסט נישט אז 'קיינער' האט עס גענוצט ביז אבן תיבון. נאר זיי האבן נישט קיין כתבים וואס נוצן עס.)
דאס הייסט עפעס א ראיה? א הוכחה? דאס איז די לעכערליכקייט פון די חוקרים, וואס פארלאזן זיך אויף די אייגענע חכמה צו ווייזן זייער חכמה. וויבאלד זיי זענן אזעלכע געוואלדיגע חוקרים, וואלטן זיי זיכער געטראפן די אויסדרוק ערגעץ פאר אבן תבון, און וויבאלד זיי האבן עס נישט געטראפן, עגזיסטירט עס נישט. און לויט דעם איז דער זהר א זיוף, און וויבאלד זיי האבן געכאפט אז עס איז א זיוף, זענן זיי געוואלדיגע חוקרים, און לויט דעם קען נישט זיין אז די אויסדרוק וואלט עגזיסטירט אן דעם אז זיי זאלן עס וויסן.
וחוזרים חלילה.

אשרי המאמין.
דו פרובירסט צו נוצן דעם לא ראינו אינו ראיה, אבער דאס האט אויך לימיטעשאנס. מיר האבן אן א שיעור אידישע כתבים ביז משפחת אבן תיבון האט זיך געזעצט מתרגם זיין און אין קיין איינע פון זיי עקזיסטירט נישט אזא ווארט! די איינציגסטע פלאץ איז א ספר וואס איז אנדעקט געווארן 150 יאר שפעטער וואס מיר האבן נישט קיין הוכחות אז דאס איז עלטער ווי דעמאלטס. איז דאס נישט שכל הישר אז דער מחבר האט איבערגעטייטשט דעם אויסדרוק?

עס איז אויך קלאר אז משפחת אבן תיבון האט אויסגעטראפן טערמינען צו איבערטייטשן אראבישע ווערטער, אזוי ווי ר' שמואל אבן תיבון שרייבט סוף פונעם מורה. און אין דעם פאל ווערט "עם כל זה" אייביג גענוצט איבערצוטייטשן די אראבישע "maʿa dhālika".
 
לעצט רעדאגירט:
ניין, ווייל דו האסט נישט קיין אהנונג וויפיל ספרים האבן מיר נישט. האסט אפשר טויזענט ספרים פון הונדרעט טויזענט אדער צען מיליאן, דו ווייסט ניטאמאל ווי גרויס אדער רעפרעזענטאטיוו דיין סעמפל איז.

און דאס איז ממש פשוט, און די חוקרים זענן מעלים עין דערפון. ווייל זייער גאנצע מהלך איז לעכערליך, אויף יעדער זאך. דאס איז גילטיג אויף יעדער היסטאריע, נישט נאר אידישע אדער תורה'דיגע.
 
אין די זוהר איז דא א ווארט קרוב צו פופציג מאל "גרדיני" וואס מיינט שומרים. דאס קומט אוודאי פון די זעלבע שורש ווי די ענגלישע Guard אדער ספאנישע Guardia. היות די ווארט קומט פון לאטייניש איז נישט אויסגעשלאסן דאס זאל אנקומען קיין ארץ ישראל דורך די רומיים, אבער די פאקט אז עס איז נישטא קיין זכר דערפון אין ערגעץ אין חז"ל אדער סיי ווי ביזן זוהר הייבט ברעמען.
 
טייעא אין חז"ל מיינט אן אראבער, אזוי ווי די לשון הגמרא (ברכות נו: ) הרואה ישמעאל בחלום תפלתו נשמעת. ודוקא ישמעאל בן אברהם, אבל טייעא בעלמא לא. און דאס איז א נאמען פון אן אראבישן שבט Tayy. אבער דער כותב הזוהר האט בטעות געמיינט אז טייעא מיינט אן אייזל טרייבער, און עס איז נישט קיין וואונדער אז די טייעא'ס אין זוהר זענען ערענסטע תלמידי חכמים.
 
די שורש לוה קען מיינען צוויי זאכן אדער באגלייטן אדער בארגן. אין אראמיש ווערט בארגן אנגערופן אוזיף, אבער באגלייטן ווערט אנגערופן לוה. דער מחבר הזוהר האט געוואלט איבערטייטשן באגלייטן אויף אראמיש, האט ער געטראכט אז לוה ווערט דאך גערופן אוזיף אויף אראמיש, דערפאר רופט ער אן באגלייטן אוזפו, ווי עס שטייט עטליכע מאל אוזפוה תלת מילין אדער אוזפוה באורחא. דאס איז א קלארע ראי' אז דער מחבר האט נישט גערעדט אראמיש נאר איבערגעטייטשט פון לשון קודש אויף אראמיש.
 
די זוהר אין רות שרייבט:
ועל דא אית שידין יהודאין. ולא אתא פסוקא דאמר לא יהיה לך אלהים אחרים אלא לישמעאל ולעשו. ואלהים אחרים מן ישמעאל ועשו, מאן אתר נפקו. מן השמרים של שדים יהודאין. ועל דא כי משורש נחש יצא צפע. ועל דא אם אמר לך יצר הרע חטא ושכב עם הבהמה, ויעשה, אל תאמן בו. וע"ד אית שדין יהודאין וישמעאלים ונוצרים, והגדולה לבני עשו וישמעאלים.

עס איז זייער קלאר אז ער רעדט דא פון די דריי רעליגיעס, יהדות, נצרות, און איסלאם.
 
פרשת תרומה:
ואי תימא הא כתיב, (שם ז ז) כי אתם המעט מכל העמים? אלא מכל העמים ודאי, אבל מעמא חד יתיר סגיאין אינון, דהא לית עמא בכל עלמא רב וסגי כישראל, ואי תימא הא בני ישמעאל והא בני אדום הא כמה אינון, ודאי הכי סגיאין אינון, אבל כל שאר עמין כלהו מתערבי אלין באלין, בנין אית לעם דא בעם דא, ולאלין בנין בעם אחרא ולאלין באחרא, ובגין כך לית עמא בכל עלמא רב סגי כישראל, עמא ברירא ויחידאה, אלין באלין בלא ערבוביא אחרא כלל.

וואס כאפט ער אן ישמעאל מיט אדום? פאר מוחמד איז נישט ישמעאל געווען גרעסער ווי אסאך אנדערע פעלקער. נאר ער שרייבט נאך די איסלאמישע רעליגיע און ער מיינט די קריסטן און מוסלעמענער.
 
פרשת שמות:
ושפחה כי תירש גבירתה, דא הגר דאולידת לישמעאל, שעשה כמה רעות לישראל, ושלט בהם ועינה אותם בכל מיני ענויין, וגזר עליהם כמה שמדות, ועד היום הם שולטים עליהם, ואינם מניחים להם לעמוד בדתם, ואין לך גלות קשה לישראל כמו גלות ישמעאל.

עס זענען דא נאך מקורות אין זוהר וואו ער רעדט פון די בני עשו ובני ישמעאל, ווי למשל אמרו אחיכם שונאיכם, אלו בני עשו ובני ישמעאל. און נאך פארשידענע פלעצער.
 
Back
Top