- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,202
- רעאקציע ראטע
- 3,884
וואס מיינט דאס ?און פארוואס ער האט באשאפן אכט ביליאן גוים פארשטייסטו יא? אז דו האלטס שוין ביי מאנקיס?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
וואס מיינט דאס ?און פארוואס ער האט באשאפן אכט ביליאן גוים פארשטייסטו יא? אז דו האלטס שוין ביי מאנקיס?
פאר די זעלבע סיבה וואס ער האט באשאפן אפאר מיליאן אידן.און פארוואס ער האט באשאפן אכט ביליאן גוים פארשטייסטו יא? אז דו האלטס שוין ביי מאנקיס?
טעכניש זענען מענטשן פונקט אזוי קאמפליצירטע חיות.פארוואס האט גאט באשאפען אזעלכע קאמפליצירטע חיות, מיט אזא הויכע און טיפע פארשטענדיש אזוי ענדליך צו מענטשען?
און וואס איז וועגן דעם?
עוואלאציע פרעגט נישט אפ קריעשאן וואס איז באשאפען געווארן מלובש בתוך הטבע.לויט עוואלציע פארשטיי איך פארוואס סאיז דא אזא גרויסע אויסוואל פון לייף, און מ׳קען זעהן די ענדליכקייט פון די ספישיעס פון אלע מיני לייף, וואס איז די ענטפער צו דעם לויט creationism ?
כדי צו קענען קריעטן א קליינע הייפעלע, ברויך מען קריעטן אסאך און פון יענץ מאכט מען א קמיצהאון פארוואס ער האט באשאפן אכט ביליאן גוים פארשטייסטו יא? אז דו האלטס שוין ביי מאנקיס?
פארוואס נישט? קענסט זאגן אז דו ווייסט נישט, אבער פרעגן און נאכפארשען פארוואס נישט?איך וויל זאגן עטליכע נקודות.
לאמיר זיך באציען צום אויסגעדראשענעם זייגער מאכער משל: אויב מיר זעען קלאר א דיזיינטע זייגער, וואו קומט אריין צו פרעגן ווער עס האט דיזיינט דעם זייגער מאכער?
די סייענטיפישע מעטאד איז בסך הכל א וועג צו באשטימען אויב די ראיות זענען שטארקע ראיות און איז פראוועבל.צווייטנס, די אלע וואס ציטירן סייעטיפישע מושגים אן ערקלערן אין דעטאל, פארפעלן צו פארשטיין אז סייענס האנדלט אויף אן אנדערע אופן ווי מיר האנדלען אין טעגליכן לעבן. כדי א טעאריע זאל אנגענומען אין סייענס, מוז עס אדורכגיין דעם סייענטיפישן מעטאד פון זיין פולסיפייעבל וכו'. מיר זענען דאך נישט אינטערעסירט צי עס איז 'סייענטיפיש', נאר צי עס לייגט זיך אונז אויפ'ן שכל, נישט אזוי?
איך האב נאך נישט געליינט וואס @ההוא גברא האט געשריבן דערוויילדריטנס, פארשטיי איך נישט דעם משל מיט די שווארצע רויזן וואס @ההוא גברא האט געברענגט. דער וואס פלאנצט די רויזן באנוצט זיך דאך מיט א מעכאניזן וואס עקזיסטירט שוין, בעת מיר ווילן פארשטיין וויאזוי דער מעכאזים איז צושטאנד געקומען. וויאזוי נעמט זיך א צעל פלוצלונג זעלבסט קאפירן? פארוואס שטארבט עס נאך א שטיק צייט? און אזוי ווייטער..
מ׳דארף נישט דוקא אייער דוקא צו קענען האבן ריפראדוקציע, והא ראיה ביימער און גראז, ס׳האט זיך אנטוויקלט צו אייער מיט מיוטעשנס.און חוץ מזה, האב איך א שטיקל עם הארצ'ישע קשיא וואס איך האף אז איינער וועט מיר קענען ענטפערן געהעריג, און נישט סתם צואווארפן עפעס א סייענטיפישע ווארט פאר א ביינדל: בשלמא סתם ארגאנען, קענען אפירקומען דורך רענדאם מיוטעישנס. אבער וואס טוט זיך מיט דער ריפראדוקציע סיסטעם? אויב איז געווען א דור וואס האט עס נאכנישט געהאט, זייערע אייערלעך האבן נישט פונקציאנירט, צי גאר בכלל נישט עקזיסטירט, וויאזוי זענען זיי נישט געגאנגען עקסטינקט נאך בעפאר זיי האבן אויפגעשטעלט פרישע דורות? וויאזוי איז שייך טרייעל און ערראר דערויף?
צעלן האבן זיך אנגעהויבן זיך צו זעלבסט קאפירן דורך א פראצעס פון עוואלוציע וואס האט געדויערט ביליאנען יארן. די ערשטע "צעלן" האבן נישט אנגעהויבן מיט פולשטענדיגע רעפליקאציע מעכאניזמען. די ערשטע זעלבסט-רעפליצירנדע ענטיטיס זענען געווען איינפאכע מאלעקיולן (ווי RNA), וועלכע האבן געקענט מאכן קאפיעס פון זיך אליין דורך כעמישע רעאקציעס. מיט דער צייט, זענען מער קאמפליצירטע סיסטעמען אנטוויקלט געווארן.
עוואלוציע איז נישט א פלוצלונגדיגער שפרונג פון איין פולשטענדיגער סיסטעם צו א גענצליך אנדערער. רעפראדוקציע האט זיך אנטוויקלט ציביסלעך, אנהייבנדיג מיט זייער פשוט'ע מעכאניזמען. צום ביישפיל, איינצעליגע ארגאניזמען ווי באקטעריע רעפראדוצירן זיך פשוט דורך זיך צוטיילן אין צוויי (בינערי פיזשאן). דאס איז גאר א פשוטע וועג פון רעפראדוקציע. מיט די צייט ווען ארגאניזמען זענען געווארן מער קאמפליצירט, האבן זיך אויך זייערע רעפראדוקטיווע מעכאניזמען געווארן מער קאמפליצירט. סעקסועלע רעפראדוקציע האט זיך אנטוויקלט ציביסלעך פון אנדערע פארמען פון זעלבסט רעפלעקאציע און האט צוגעגעבן א עדווענטיזש דורך פארבעסערטע גענעטישע קאפיאונג.בשלמא סתם ארגאנען, קענען אפירקומען דורך רענדאם מיוטעישנס. אבער וואס טוט זיך מיט דער ריפראדוקציע סיסטעם? אויב איז געווען א דור וואס האט עס נאכנישט געהאט, זייערע אייערלעך האבן נישט פונקציאנירט, צי גאר בכלל נישט עקזיסטירט, וויאזוי זענען זיי נישט געגאנגען עקסטינקט נאך בעפאר זיי האבן אויפגעשטעלט פרישע דורות?
דורך דעם זעלבן מעכאניזם וואס אפעקטירט אלע אנדערע אספעקטן פון עוואלוציע: ראנדאם מיוטאציעס געבן צומאל קליינע פארבעסערונגען אין א סיסטעם, און די ארגאניזמען מיט די פארבעסערונגען האבן א העכערע שאנס צו איבערלעבן און פארמערן זיך. איבער זייער לאנגע צייט פעריאדן, זעהט זיך אן די פארבעסערונגען
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, דו קענסט זאגן אקוראט דאס אויף גאט. און דאס גייט אונז ברענגען צו אן אינפינייט ריגרעס.איך וויל זאגן עטליכע נקודות.
ערשטנס, פארשטיי איך נישט די וועלכע פרעגן ווער עס האט באשאפן דעם דיזיינער. אזא שאלה קומט בלויז אריין אינעם קאסמאלאגישן ארגומענט וואו מיר טענה'ן אז אלעס דארף א סיבה, און ממילא איז שייך צו פרעגן וואס איז די סיבה פונעם סיבה. מה שאין כן דא ביים טעלעאלאגישע ארגומענט איז עס גענצליך ארויס פון פלאץ. לאמיר זיך באציען צום אויסגעדראשענעם זייגער מאכער משל: אויב מיר זעען קלאר א דיזיינטע זייגער, וואו קומט אריין צו פרעגן ווער עס האט דיזיינט דעם זייגער מאכער? דו קענסט סך הכל פראבירן צו לייקענען אז דער זייגער זעט אויס דיזיינט, אבער אויב איז עס קלאר דיזיינט, קען איך זיך נישט העלפן און איך מוז אננעמען אז עס איז פארהאן א זייגער מאכער, אפגעזען צי איך פארשטיי פון וואו יענער איז אפירגעקומען.
די קשיא ווער האט געמאכט די דיזיינער קומט יא אריין, ווייל דו קומסט מיט א הנחה, א כמו axiom, וואס זאגט אז 'דיזיין איז מחייב א דיזיינער' ווייזט מען דיר אז דו אליינס פארגעסט פון די הנחה ווען ס'קומט צו גאט, ובממילא איז עס נישט קיין עכטע axiom אפילו לשיטתך.ערשטנס, פארשטיי איך נישט די וועלכע פרעגן ווער עס האט באשאפן דעם דיזיינער
דעם משל מיט די רויזן ברענגט בסך הכול ארויס וויאזוי סעלעקציע ארבעט, איינמאל לעבן עקזעסטירט. וויאזוי נייע טרעיטס קומען צושטאנד באזירט אויף וועם די ענווייראמענט 'בעפארצוגט' אמאל סעלעקטירן מענטשן (artificial selection)און אמאל ווערט עס סעלעקטירט דורך נאטור(natural selection). דאס איז געווען די שמועס דארט.בעת מיר ווילן פארשטיין וויאזוי דער מעכאזים איז צושטאנד געקומען. וויאזוי נעמט זיך א צעל פלוצלונג זעלבסט קאפירן? פארוואס שטארבט עס נאך א שטיק צייט? און אזוי ווייטער..
איז חכמה נישט דיזיינט? איז איינער וואס קען דיזיינען די וועלט נישט קלוג?@אפענער און @ההוא גברא : מיט וואס זעט גאט אויס דיזיינט? דו ווייסט בכלל וויאזוי ער זעט אויס?
וועלכע שאלות? איך האלט נישט אזוי גוט קאפמיינע שאלות האט איר למעשה נישט פארענטפערט... @אלפא קום ביטע אריין קלארער...
מען האט מיך נישט געפרעגט דא, אבער ווען מיר זאגן אז עפעס איז דיזיינט, מיינען מיר אז עס האט סטרוקטור, פונקציע, און קאמפלעקסיטעט וואס ווייזט אויף א פלאנער. אבער אויב גאט האט אזעלכע סטרוקטור, פונקציע, און קאמפלעקסיטעט, דארף ער אויך א דיזיינער. און אויב גאט האט נישט אזעלכע אייגנשאפטן, דאן איז ער נישט דיזיינט וואס ווייזט אז עפעס קען עקזיסטירן אן זיין דיזיינט, און ברעכט דעם גאנצן יסוד פון דעם ארגומענט פאר אן אינטעליגענטן דיזיינער.@אפענער און @ההוא גברא : מיט וואס זעט גאט אויס דיזיינט? דו ווייסט בכלל וויאזוי ער זעט אויס?
מיינע שאלות האט איר למעשה נישט פארענטפערט... @אלפא קום ביטע אריין קלארער...
סארי, כ'פארשטיי נישט. אויב גאט האט נישט אזעלכע אייגנשאפטן, איז ער נישט דיזיינט. גערעכט. יעצט וויאזוי ברעכט זיך דער יסוד?און אויב גאט האט נישט אזעלכע אייגנשאפטן, דאן איז ער נישט דיזיינט וואס ווייזט אז עפעס קען עקזיסטירן אן זיין דיזיינט, און ברעכט דעם גאנצן יסוד פון דעם ארגומענט פאר אן אינטעליגענטן דיזיינער
כ'ווייס נישט, אבע עס מוז נישט זיין. עכ"פ זיכער נישט אזויווי א פעינטינג...
איך האב א פראבלעם מיט דעם פאראגראף פאר אפאר סיבות.ערשטנס, פארשטיי איך נישט די וועלכע פרעגן ווער עס האט באשאפן דעם דיזיינער. אזא שאלה קומט בלויז אריין אינעם קאסמאלאגישן ארגומענט וואו מיר טענה'ן אז אלעס דארף א סיבה, און ממילא איז שייך צו פרעגן וואס איז די סיבה פונעם סיבה. מה שאין כן דא ביים טעלעאלאגישע ארגומענט איז עס גענצליך ארויס פון פלאץ. לאמיר זיך באציען צום אויסגעדראשענעם זייגער מאכער משל: אויב מיר זעען קלאר א דיזיינטע זייגער, וואו קומט אריין צו פרעגן ווער עס האט דיזיינט דעם זייגער מאכער? דו קענסט סך הכל פראבירן צו לייקענען אז דער זייגער זעט אויס דיזיינט, אבער אויב איז עס קלאר דיזיינט, קען איך זיך נישט העלפן און איך מוז אננעמען אז עס איז פארהאן א זייגער מאכער, אפגעזען צי איך פארשטיי פון וואו יענער איז אפירגעקומען.
הממ..מיר זענען דאך נישט אינטערעסירט צי עס איז 'סייענטיפיש', נאר צי עס לייגט זיך אונז אויפ'ן שכל, נישט אזוי?
איך קען דיר נישט ענטפערן פונקטליך ווייל איך בין נישט אויסגעקאכט אין די פרטים דערפון - ניטאמאל פארשטיי איך געהעריג די ריפראדוקטיוו סיסטעם צו וויסן וואס א האלבע דערפון וואלט געווען בענעפישעל בשעתו. אבער סתם אן עצה טובה'לע, אויב האסטו נישט קיין נערוון צו ליינען לאנגע ביכער בפרטי פרטים פון יעדע אזא נושא (וואס גייט זיך ע"פ חשבון נישט ענדיגן, היינט איז עס ריפראדוקציע, נעכטן פליגלעך, מארגן אימיון סיסטעם, און איבערמארגן די דיידזשעסטן סיסטעם), גיי צו ChatGPT ודעימיה און כאפ א געשמאקע שמועס דערוועגן. די אלע פראגעס זענען זייער לעגיטים און געוויסע עוואלוציע עקספערטן וועלן אוועקגעבן זייער גאנצע קאריערע טאקע אויף אט די פראגעלעך און שטודירן די דעטאלן ביזן סוף. און דערפאר, אנשטאט פארלאנגען עקספערטיז פון מענטשן וואס קענען עס נישט דוקא, גיי אליין און כאפ א שמועס מיט AI וכדו' וואס וועט דיר שיין צולייגן אויף טעלערלעך פארוואס א ספעציפישע זאך איז וויכטיג אין די אנגעבליכע ענווייראמענט און וויאזוי פונקטליך אלע סטעידזשעס דערפון האבן עוואלווד ווי אויך די ספעציפישע בענעפיטן וועלכע זיי האבן געטראגן, אא"וו. ותמצא נחת!און חוץ מזה, האב איך א שטיקל עם הארצ'ישע קשיא וואס איך האף אז איינער וועט מיר קענען ענטפערן געהעריג, און נישט סתם צואווארפן עפעס א סייענטיפישע ווארט פאר א ביינדל: בשלמא סתם ארגאנען, קענען אפירקומען דורך רענדאם מיוטעישנס. אבער וואס טוט זיך מיט דער ריפראדוקציע סיסטעם? אויב איז געווען א דור וואס האט עס נאכנישט געהאט, זייערע אייערלעך האבן נישט פונקציאנירט, צי גאר בכלל נישט עקזיסטירט, וויאזוי זענען זיי נישט געגאנגען עקסטינקט נאך בעפאר זיי האבן אויפגעשטעלט פרישע דורות? וויאזוי איז שייך טרייעל און ערראר דערויף?
קען דאך שוין די יונווערס (פאר זמן) אויך האבן די אייגנשאפטן וואס פארלאנגען נישט קיין דיזיינערסארי, כ'פארשטיי נישט. אויב גאט האט נישט אזעלכע אייגנשאפטן, איז ער נישט דיזיינט. גערעכט. יעצט וויאזוי ברעכט זיך דער יסוד?