- זיך איינגעשריבן
- אקט. 19, 2024
- מעסעדזשעס
- 168
- רעאקציע ראטע
- 1,007
די באציסט דיך צו קאמפליצירטע גאנצע באשעפענישן (וואס עוואלאציע איז שוין מסביר) אדער דעם עצם צעל/די ען עי?און וואס טוט זיך מיט די זאכן וואס פארמאגן אייגנשאפטן וואס פארלאנגען יא א דיזיינער?
פארדעם האב איך געשריבן אז מ'דארף נעמען א מוסר השכל פון עוועלאציע. פאר די טעאריע פון עוואלאציע זענען שוין אויך געווען כופרים אבער נישט אזוי פיל, מ'דארף האבן זייער א ברייטע מוח צו פארנעמען די איידיע אז א זאך זעהט אויס דיזיינט דורך איינעם אבער ס'מוז נאכאלץ נישט זיין איינעם ביהיינד דעם. געוויסע פילאזאפן האבן שוין באגריפן די גאד אוו די געפס פראבלעם נאך פאר מ'האט געקענט דעמאנסטרירן אז די געפס ווערן קלענער. אפילו אסאך מאמינים פילאזאפן למשל די רמב"ם האבן זיך צוריקגעהאלטן פון נוצן דיזיין/קאמפלעקציטעט פון בייאלאגיע אלס ארגומענט.
יעצט אז אונז האבן עוואלאציע, פארשטייען שוין אפילו אונז - נישט פילאזאפן - פארוואס גאט פון די געפס איז גאר א שוואכער, און נישט יעדער זאך וואס זעהט אויס דיזיינט מיינט אז ס'האט א קאנטשעס דיזיינער. (אפילו אויב כ'קען דיר נישט זאגן פוקטליך וואס דען איז יא די פראסעס.)
אונז ווייסן אז די זייגער האט א דיזיינער ווייל דאס איז די וועג וויאזוי אונז זעהן אז זייגערס קומען צושטאנד, אונז האבן אויך אימפערישע הוכחות אז זייגער דיזיינערס עקזעסטירן. קיינער האט אבער נאך קיינמאל מאל נישט געזעהן א בעלי חיים דיזיינער, מ'האט יא געזעהן עוואלאציע דורך נאטירלעכע סעלעקציע באשאפן נייע לעבנס פארעמען פון אלטע, און מאכט ארגעניזעמס מער און מער קאמפליצירט אין די פראסעס.
אונז האבן אויך הוכחות אז רעפטייל האט עקזעסטירט פאר'ן פייגל, די האומו ערעקטוס פאר'ן האומא סעפיען, די קליינע מאמאלס פאר'ן גרויסן מאלפע, וואסער בעלי חיים האבן געלעבט פאר טריקעניש באשעפענישן און גראז האט עקזעסטירט פאר ביימער. מ'טרעפט איבערבלייבענישן פון קאממאן ענסעסעטערס פון פארשידענע בעלי חיים, רייט לעפט און סענטער. ווייסט מען אז די טעאריע וואס זאגט אז אלע בעלי חיים שער'ן א קאממאן ענסעסעטער איז העכסט ווארשיינליך אמת.
לעצט רעדאגירט: