עוואלוציע אדער בריאת העולם

און וואס טוט זיך מיט די זאכן וואס פארמאגן אייגנשאפטן וואס פארלאנגען יא א דיזיינער?
די באציסט דיך צו קאמפליצירטע גאנצע באשעפענישן (וואס עוואלאציע איז שוין מסביר) אדער דעם עצם צעל/די ען עי?

פארדעם האב איך געשריבן אז מ'דארף נעמען א מוסר השכל פון עוועלאציע. פאר די טעאריע פון עוואלאציע זענען שוין אויך געווען כופרים אבער נישט אזוי פיל, מ'דארף האבן זייער א ברייטע מוח צו פארנעמען די איידיע אז א זאך זעהט אויס דיזיינט דורך איינעם אבער ס'מוז נאכאלץ נישט זיין איינעם ביהיינד דעם. געוויסע פילאזאפן האבן שוין באגריפן די גאד אוו די געפס פראבלעם נאך פאר מ'האט געקענט דעמאנסטרירן אז די געפס ווערן קלענער. אפילו אסאך מאמינים פילאזאפן למשל די רמב"ם האבן זיך צוריקגעהאלטן פון נוצן דיזיין/קאמפלעקציטעט פון בייאלאגיע אלס ארגומענט.

יעצט אז אונז האבן עוואלאציע, פארשטייען שוין אפילו אונז - נישט פילאזאפן - פארוואס גאט פון די געפס איז גאר א שוואכער, און נישט יעדער זאך וואס זעהט אויס דיזיינט מיינט אז ס'האט א קאנטשעס דיזיינער. (אפילו אויב כ'קען דיר נישט זאגן פוקטליך וואס דען איז יא די פראסעס.)

אונז ווייסן אז די זייגער האט א דיזיינער ווייל דאס איז די וועג וויאזוי אונז זעהן אז זייגערס קומען צושטאנד, אונז האבן אויך אימפערישע הוכחות אז זייגער דיזיינערס עקזעסטירן. קיינער האט אבער נאך קיינמאל מאל נישט געזעהן א בעלי חיים דיזיינער, מ'האט יא געזעהן עוואלאציע דורך נאטירלעכע סעלעקציע באשאפן נייע לעבנס פארעמען פון אלטע, און מאכט ארגעניזעמס מער און מער קאמפליצירט אין די פראסעס.

אונז האבן אויך הוכחות אז רעפטייל האט עקזעסטירט פאר'ן פייגל, די האומו ערעקטוס פאר'ן האומא סעפיען, די קליינע מאמאלס פאר'ן גרויסן מאלפע, וואסער בעלי חיים האבן געלעבט פאר טריקעניש באשעפענישן און גראז האט עקזעסטירט פאר ביימער. מ'טרעפט איבערבלייבענישן פון קאממאן ענסעסעטערס פון פארשידענע בעלי חיים, רייט לעפט און סענטער. ווייסט מען אז די טעאריע וואס זאגט אז אלע בעלי חיים שער'ן א קאממאן ענסעסעטער איז העכסט ווארשיינליך אמת.
 
לעצט רעדאגירט:
לשון ספר החינוך מצוה תע''ז
"וכל בהמה מעלה גרה ומפריסת פרסה – הרי זה סימן טהרה, כי אין צריך למהר לאכול, אלא אוכל במתינות ומסוגל לברוח מפני הטורף"
.
רמב''ן די וואך
והעלאת הגרה, מורה כי הם מתעכלים לאט ובמדה, ומכאן גם אפשר להבין שהמעלה גרה היא סימן פנימי לסימן של טהרה – כי הם אוכלים לאט ונעשים להם הדברים באופן מהיר יותר."
דער רא''ש אין קצור פסקי הרא''ש אנפאנג מסכת חולין
"כל בהמה שמפריסת פרסה ומעלה גרה – הרי זו כשרה, כי המעלה גרה הוא סימן של עיכול נכון ומדוד, וזו תכונה המפנה אותנו לכך שיש להם את היכולת לעכל את המאכלים לאט ובסבלנות"

לויט chat gpt איז דאס דער טעם לויט עוואלושעניסטס.
According to evolutionary biology, the process of animals chewing their cud (also known as rumination) has developed as an adaptive strategy to maximize the efficiency of digestion and nutrient absorption. This process is especially common in ruminant animals, such as cows, sheep, and deer. Here's why they do it from an evolutionary perspective:

  1. Efficient Digestion: Ruminants consume large amounts of plant material that is often difficult to digest due to its high cellulose content. The first stage of digestion involves swallowing food into the rumen, where microbes break down some of the cellulose. Later, the animal regurgitates the partially digested food (cud) to chew it again. This extra chewing breaks the food down further and increases the surface area, allowing for more efficient digestion by the microbes.
  2. Maximizing Nutrient Absorption: By chewing cud, animals break down their food into smaller particles, which allows their digestive enzymes to more effectively break down nutrients like carbohydrates and proteins. This helps the animal extract more energy and nutrients from their food, which is particularly important for herbivores that may have limited access to high-energy food sources.
  3. Microbial Symbiosis: The rumen houses a variety of microorganisms, including bacteria, protozoa, and fungi, which help in breaking down cellulose and other complex plant fibers. The act of regurgitating and re-chewing the cud promotes a healthy environment for these microbes, ensuring they can continue to aid in digestion. This mutualistic relationship benefits both the animals and the microorganisms.
  4. Survival and Efficiency: Evolution favors traits that increase an organism's survival and reproductive success. Chewing cud allows ruminants to efficiently process large amounts of food, which is crucial for survival, especially in environments where food might be scarce or less nutritious (such as grasslands). This adaptation has enabled ruminants to thrive on diets composed primarily of fibrous plants.

In summary, from an evolutionary standpoint, chewing cud helps ruminants get the most nutrients from their plant-based diets, increases digestive efficiency, and supports a beneficial relationship with digestive microbes, all of which contribute to their survival and reproductive success.
 
און וואס טוט זיך מיט די זאכן וואס פארמאגן אייגנשאפטן וואס פארלאנגען יא א דיזיינער?
זיי זענען שוין א תוצאה פון די זאך (יונווערס) וואס דארף נישט קיין דיזיינער. (פונקט ווי דאס וואס די וואלסט מיר גענפערט ווען איך פרעג דיר אט די קשיא אויף גאט)
 
ווען עס איז געקומען זיך צו ריפראדוצירן, האט עס נישט מער ווי געדארפט טאפלען די גענעטישע אינפארמאציע און זיך צעטיילן און צוויי און דערמיט האט זיך עס געמערט
יע, נישט מער ווי געדארפט... אפשר ערלעדיגסטו מיר אז מיין קאמפיוטער זאל זיך געבן אזא דאפל, נישט מיר נישט דיר?...
 
יע, נישט מער ווי געדארפט... אפשר ערלעדיגסטו מיר אז מיין קאמפיוטער זאל זיך געבן אזא דאפל, נישט מיר נישט דיר?...

עוואלוציע איז נישט א פלוצלונגדיגער שפרונג פון איין פולשטענדיגער סיסטעם צו א גענצליך אנדערער. רעפראדוקציע האט זיך אנטוויקלט ציביסלעך, אנהייבנדיג מיט זייער פשוט'ע מעכאניזמען. צום ביישפיל, איינצעליגע ארגאניזמען ווי באקטעריע רעפראדוצירן זיך פשוט דורך זיך צוטיילן אין צוויי (בינערי פיזשאן). דאס איז גאר א פשוטע וועג פון רעפראדוקציע. מיט די צייט ווען ארגאניזמען זענען געווארן מער קאמפליצירט, האבן זיך אויך זייערע רעפראדוקטיווע מעכאניזמען געווארן מער קאמפליצירט. סעקסועלע רעפראדוקציע האט זיך אנטוויקלט ציביסלעך פון אנדערע פארמען פון זעלבסט רעפלעקאציע און האט צוגעגעבן א עדווענטיזש דורך פארבעסערטע גענעטישע קאפיאונג.
די סעקסועלע ארגאנען און סיסטעמען וואס מיר זעען היינט זענען נישט פלוצלונג באשאפן געווארן אין זייער היינטיגער צורה, זיי זענען די רעזולטאט פון מיליאנען יארן פון קליינע, שטייטע ענדערונגען וואס האבן זיך צוזאמגעקליבן צו שאפן פולשטענדיגע, קאמפליצירטע סיסטעמען. יעדע קליינע ענדערונג האט געמאכט א קליינע טויש אינעם פראצעס פון פארשפרייטן די גענענעטיקס. (דו קענסט זען א שוין אביסל מער קמפליצירטע ווערסיע פון די וועג פון דער פשוטע אמאליגע רעפראדוקציע סיסטעם, היינט אין נאטור ביי די וועג ווי אזוי צעלן ציטיילען זיך אין באקטעריע)
 
אנטשולדיג מיר, אבער האסט גארנישט מסביר געווען.
איך מיין אז עס קומט למעשה אראפ צום זעלבן פראבלעם וואס איך האב דא ערקלערט, דהיינו אז מיר קענען שטופן די פראגע ווייטער און ווייטער, ביז מיר טרעפן זיך מיט עטליכע פונדאמענטאלע נאטירליכע געזעצן, אין דעם פאל די געזעצן פון ביאלאגיע, וואס האבן נאכנישט קיין הסבר וויאזוי זיי פירן זיך אויף, און דאן פאלן מיר אריין אינעם פאראדאקס וואס איך ערקלער דארט.
רעד איך יעצט סתם שטותים?...
 
האט דאך עס שוין גארנישט מיט עוועלאציע
דאס מיט וואס עס האט איז די cause פון די יונווערס וואס אויף דעם האט מען שוין זיך געניג געטענעט דא און דא
רעד איך יעצט סתם שטותים?...
עס וואלט געווען א טעות עס צו באצייכענען אלטס "סתם שטותים", איך וואלט ענדערט געזאגט אז עס באלאנגט נישט אין די שנירל.
 
האט דאך עס שוין גארנישט מיט עוועלאציע
דאס מיט וואס עס האט איז די cause פון די יונווערס וואס אויף דעם האט מען שוין זיך געניג געטענעט דא און דא

עס וואלט געווען א טעות עס צו באצייכענען אלטס "סתם שטותים", איך וואלט ענדערט געזאגט אז עס באלאנגט נישט אין די שנירל.
איך האב אמאל געפרעגט א איד אויב ער גלייבט אין גאט. ער האט מיר געענפערט יא. ווען איך האב אים פארגעהאלטן אז סייענס האלט אנדערש, האט ער געענפערט אז דאס האט שוין נישט מיט אידישקייט, דאס האט מיט סייענס...
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב אמאל געפרעגט א איד אויב ער גלייבט אין גאט. ער האט מיר געענפערט יא. ווען איך האב אים פארגעהאלטן אז סייענס האלט אנדערש, האט ער געענפערט אז דאס האט שוין נישט מיט אלדישקייט, דאס האט מיט סייענס...
האט דאך עס שוין גארנישט מיט עוועלאציע
דאס מיט וואס עס האט איז די cause פון די יונווערס וואס אויף דעם האט מען שוין זיך געניג געטענעט דא און דא

עס וואלט געווען א טעות עס צו באצייכענען אלטס "סתם שטותים", איך וואלט ענדערט געזאגט אז עס באלאנגט נישט אין די שנירל.
עוואלוציע מוז צוקומען צו געוויסע פונדעמענטאלע געזעצן וועלכע mother nature, another non-triggering word for god, האט אריינגעלייגט און האלט זיך דערצו.
דאס אז קעמיקאלן רעאגירן: איז דאס געשען אליינס? פארוואס ווען איך לייג א שטיין אויף א שטיין געשעט גארנישט און א קעמיקאל אויף א קעמעקאל יא? גייסטו זאגן אס א שטיין מיט א שטיין מישן זיך נישט אויס אבער קעמיקאלן יא. נו פארוואס טאקע? און פארוואס רעאגירן זיי אויף א געוויסע וועג? פארוואס רעאגירן זיי בכלל? איך ווייס דער ענפער וועט זיין אז דאס האט מיט כעמיע, נישט עוואלוציע...
 
צעלן האבן זיך אנגעהויבן זיך צו זעלבסט קאפירן דורך א פראצעס פון עוואלוציע וואס האט געדויערט ביליאנען יארן. די ערשטע "צעלן" האבן נישט אנגעהויבן מיט פולשטענדיגע רעפליקאציע מעכאניזמען. די ערשטע זעלבסט-רעפליצירנדע ענטיטיס זענען געווען איינפאכע מאלעקיולן (ווי RNA), וועלכע האבן געקענט מאכן קאפיעס פון זיך אליין דורך כעמישע רעאקציעס. מיט דער צייט, זענען מער קאמפליצירטע סיסטעמען אנטוויקלט געווארן.

עוואלוציע איז נישט א פלוצלונגדיגער שפרונג פון איין פולשטענדיגער סיסטעם צו א גענצליך אנדערער. רעפראדוקציע האט זיך אנטוויקלט ציביסלעך, אנהייבנדיג מיט זייער פשוט'ע מעכאניזמען. צום ביישפיל, איינצעליגע ארגאניזמען ווי באקטעריע רעפראדוצירן זיך פשוט דורך זיך צוטיילן אין צוויי (בינערי פיזשאן). דאס איז גאר א פשוטע וועג פון רעפראדוקציע. מיט די צייט ווען ארגאניזמען זענען געווארן מער קאמפליצירט, האבן זיך אויך זייערע רעפראדוקטיווע מעכאניזמען געווארן מער קאמפליצירט. סעקסועלע רעפראדוקציע האט זיך אנטוויקלט ציביסלעך פון אנדערע פארמען פון זעלבסט רעפלעקאציע און האט צוגעגעבן א עדווענטיזש דורך פארבעסערטע גענעטישע קאפיאונג.
די סעקסועלע ארגאנען און סיסטעמען וואס מיר זעען היינט זענען נישט פלוצלונג באשאפן געווארן אין זייער היינטיגער צורה, זיי זענען די רעזולטאט פון מיליאנען יארן פון קליינע, שטייטע ענדערונגען וואס האבן זיך צוזאמגעקליבן צו שאפן פולשטענדיגע, קאמפליצירטע סיסטעמען. יעדע קליינע ענדערונג האט געמאכט א קליינע טויש אינעם פראצעס פון פארשפרייטן די גענענעטיקס. (דו קענסט זען א שוין אביסל מער קמפליצירטע ווערסיע פון די וועג פון דער פשוטע אמאליגע רעפראדוקציע סיסטעם, היינט אין נאטור ביי די וועג ווי אזוי צעלן ציטיילען זיך אין באקטעריע)

דורך דעם זעלבן מעכאניזם וואס אפעקטירט אלע אנדערע אספעקטן פון עוואלוציע: ראנדאם מיוטאציעס געבן צומאל קליינע פארבעסערונגען אין א סיסטעם, און די ארגאניזמען מיט די פארבעסערונגען האבן א העכערע שאנס צו איבערלעבן און פארמערן זיך. איבער זייער לאנגע צייט פעריאדן, זעהט זיך אן די פארבעסערונגען
ראנדאם מיוטאציעס. וויאזוי איז געווארן די מציאות אז עס זאלן זיין ארגאנישע מאטריאל און אז זיי זאלן זין קענען מיוטעיטן?
ביינערי פיזשאן. ווער האט דערציילט פאר דעם סעל אנצוהייבן דעם ספליט? און עס טון אויף א וועג פון רעפרעדוקציע, נישט זעלבסט דעסטרוקציע? און אויב עס איז געווען ראנדאם, פארוואס און וויאזוי איז דאס כסדר געווארן מער פארגעשריטן? דער רענדאם ספליט וואלט זיך געדארפט האלטן און איין אנהייבן פון אנפאנג, זינט א יעדעס צעל איז געווען פאר זיך אליינס? די "פשוטע פרימיטיווע" RNA פון די ערשטע צעלן .איך האב געליינט פולע ארטיקלען וועלכע זענען ביזי ווי פרימיטיוו און קליין זיי זענען געווען. אבער קליינערהייט און פרימיטיווערהייט, וויאזוי איז דאס געשען אליינס און ווערהאט אריינגעטייפט אלע קאודס אין דעם?
 
עוואלוציע מוז צוקומען צו געוויסע פונדעמענטאלע געזעצן וועלכע mother nature, another non-triggering word for god, האט אריינגעלייגט און האלט זיך דערצו.
דאס אז קעמיקאלן רעאגירן: איז דאס געשען אליינס? פארוואס ווען איך לייג א שטיין אויף א שטיין געשעט גארנישט און א קעמיקאל אויף א קעמעקאל יא? גייסטו זאגן אס א שטיין מיט א שטיין מישן זיך נישט אויס אבער קעמיקאלן יא. נו פארוואס טאקע? און פארוואס רעאגירן זיי אויף א געוויסע וועג? פארוואס רעאגירן זיי בכלל? איך ווייס דער ענפער וועט זיין אז דאס האט מיט כעמיע, נישט עוואלוציע...
גערעכט...
 
און עס טון אויף א וועג פון רעפרעדוקציע, נישט זעלבסט דעסטרוקציע?
די אלע וואס האבן עס נישט געטאן אויף די וועג פון ריפרעדוקציע האבן עס טאקע נישט איבערגעלעבט.
און אויב עס איז געווען ראנדאם, פארוואס און וויאזוי איז דאס כסדר געווארן מער פארגעשריטן?
די ערשטע איז טאקע נישט געווארן מער פארגעשריטן, עס איז א פשוטע מאליקיאל (וואס דאס קען מען גראדע מאכן אין א לעב) וואס די איינציגסטע זאך וואס עס איז מער ווי אנדערע מעליקיאלס איז עס עס קען זיך ריפראדעצירן. (נאכנישט נישט קיין שום לעבן)
דער רענדאם ספליט וואלט זיך געדארפט האלטן און איין אנהייבן פון אנפאנג, זינט א יעדעס צעל איז געווען פאר זיך אליינס?
עס האט טאקע. (ווי שוין געשריבן דא)
די "פשוטע פרימיטיווע" RNA פון די ערשטע צעלן .איך האב געליינט פולע ארטיקלען וועלכע זענען ביזי ווי פרימיטיוו און קליין זיי זענען געווען. אבער קליינערהייט און פרימיטיווערהייט, וויאזוי איז דאס געשען אליינס?
די זעלבע ווי אלע מאליקיאלס האבן און מאכן זיך נאך אלטס (דורך עלעקטרא מעגנעטיק טשארדש, וואס ווי אזוי דאס איז געשען רעדט מען שוין דא)
 
דאס אז קעמיקאלן רעאגירן: איז דאס געשען אליינס? פארוואס ווען איך לייג א שטיין אויף א שטיין געשעט גארנישט און א קעמיקאל אויף א קעמעקאל יא? גייסטו זאגן אס א שטיין מיט א שטיין מישן זיך נישט אויס אבער קעמיקאלן יא. נו פארוואס טאקע? און פארוואס רעאגירן זיי אויף א געוויסע וועג?
@blender , וואס זאגסטו דערצו?
 
אס אז קעמיקאלן רעאגירן: איז דאס געשען אליינס? פארוואס ווען איך לייג א שטיין אויף א שטיין געשעט גארנישט און א קעמיקאל אויף א קעמעקאל יא? גייסטו זאגן אס א שטיין מיט א שטיין מישן זיך נישט אויס אבער קעמיקאלן יא. נו פארוואס טאקע? און פארוואס רעאגירן זיי אויף א געוויסע וועג?
@blender , וואס זאגסטו דערצו?

קצה המזלג:
כדי א קעמיקאלע ריאקציע זאל זיך אנהייבן פעלט אויס אז די צוויי אדער מער אטאמען אדער מאליקיאלס זאלן זיך ציזאמשטויסן און טוישן זייערע אינגרידיעס, וואס כדי דאס זאל געשען דארף זיין א סיבה פארוואס די מאליקיאל אדער אטאם זאל זיך ווילן קאנעקטן מיט אן אנדערע אטאם, געווענטליך ביי מאליקיאלס איז די סיבה ווייל געוויסע חלקים אין א אטאם זענען נעגעטיו (עלעקטעראנס) אין געוויסע פאזעטיוו (פראטאנס), און אזוי ווי נעגעטיוו ציעט צי פאזעטיוו און אויך פארקערט, וועט אויב וועט זיין א מאליקיאל וואס אים פעלט איינע פון די עלעקטעראנס וועט ער זיין פאזעטיוו און אן אנדערע מאליקיאל וואס ער האט אן איבריגע עלעקטעראן וועט זיין נעגעטיוו,וועלן זיי ביידע זיך צוזאמפארן פאר איין. ביי אטאמען איז געווענטליך די סיבה פארוואס אן אטאם זאל זיך ציציען צי אן אנדערע אטאם, וויבאלד די עלעקטעראנס זענען מסודר און לעיערס ארום די אטאם ("שעלס") און אין יעדע שעל איז דא א געוויסע נומער פון עלעקטעראנס וואס גייען אריין אין דעם פאר עס גייט ארויף צי די נעקסטע שעל, די דרוסענדיגער שעל קען האלטן נאר אכט עלעקטעראנס, אבער אויב עס האט וויניגער ווי אכט איז די אטאם נישט סטאביל און עס וועט זיך קאנעקטן צי א צווייטע אטאם וואס האט אויך ווייניגער ווי אכט עלעקטעראנס, און ער וועט שערן (קאוועילענט באנד) אדער צונעמען (אייאניק באנד) דע עלעקטעראנס פונעם אנדעדע אטאם און דאס וועט ציזאמציען צווי אטאמען.
ווען דו לייגסט א שטיין אויף א צווייטן שטיין, פאסירט טאקע נישט קיין כעמישע רעאקציע, ווייל די אטאמען און מאלעקיולן אינעם שטיין זענען שוין אין א זייער סטאבילע צושטאנד, פארבונדן אין א שטארקן קריסטאלענעםן סטרוקטור. די מאלעקיולן פון די שטיינער "האבן" שוין די מערסטע סטאבילע עלעקטראנען-קאנפיגוראציע וואס זיי קענען. זיי זענען, אין א געוויסן זין, "צופרידן" מיט זייער יעצטיגן צושטאנד און האבן ווייניג "מאטיוואציע" צו טוישן.
אבער, ווען דו מישסט אויס געוויסע כעמיקאלן, זענען זיי אין א מצב וואס איז אומסטאביל אדער האט פאטענציאל פאר א מער סטאבילן צושטאנד. די עלעקטראנען ארום די אטאמען פון די כעמיקאלן זענען אראנזשירט אין וועגן וואס מאכן זיי גרייט (און אפט גאר גערן) צו טוישן זייער קאנפיגוראציע. אפטמאל איז דאס ווייל די עלעקטראנישע שעלס זענען נישט פולשטענדיג, אדער ווייל איין אטאם האט א שטארקערע צוציאונג פאר עלעקטראנען ווי אן אנדערער.
למשל, ווען סאודיום (Na) באגעגנט זיך מיט כלארין (Cl), האט דער סאודיום איין עקסטרע עלעקטראן אין זיין אויסערליכע שעל וואס ער וואלט זייער געוואלט "אוועקגעבן", און כלארין פעלט איין עלעקטראן וואס ער וואלט זייער געוואלט "באקומען". ווען זיי טרעפן זיך, פאסירט א ספאנטאנע טראנספער - דער סאודיום ווערט פאזיטיוו געלאדענט (וויבאלד ער פארלירט אן עלעקטראן), דער כלארין ווערט נעגאטיוו געלאדענט, און די צוויי איאנען ווערן שטארק צוגעצויגן איינער צום אנדערן, בויענדיג נאטריום כלאריד - געווענליכע זאלץ.
(ווער עס האט געמאכט אז אטאמען זאלן בכלל זיין נעגעטיוו אדער פאזעטיוו איז שוין געווארן אסאך אויסגעשמיעסט ביי די גאט דעבאטעס דא און דא)
 
דו האסט צוריקגעריקט דעם שאלה צו א שטאפל בעפאר.
 
דו האסט צוריקגעריקט דעם שאלה צו א שטאפל בעפאר.
איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט, אויב מיינסטו צו זאגן אז עס איז נאך אלטס שווער ווייל פארוואס איז בכלל דא אזא זאך ווי עלעקטראנעגעטיוועטי, האב איך דיך שוין געזאגט אז דאס איז שוין אויסגעשמיעסט און דעבאטירט געווארן און די גאט דעבאטעס, אויב מיינסטו עפעס אנדערשט, ביטע זייט אייך מסביר.
 
ווען דו זאגסט גאט דעבאטעס, איעז אזוי ווי דער אידל וואס זאגט אז דאב האט שוין מיט סייענס, נישט אידישקייט?
 
דאס מיינט אז עס איז שוין געווארן אויסגעשמיעסט טויזנט מאל, און עס האט נישט קיין זין צוריק אנציפאנגען (אויב די האלטסט נישט אזוי ווי סיי וואס עס שטייט דארט פרעג עס דארט). די שנירל דא הייסט "עוועלאציע" וואס דאס מיינט "ווי אזוי האט זיך עס אנטוויקלט פון א וועלט וואס זעהט אינז אויס נישט מסודר צו די היינטיגע וועלט וואס זעהט אינז אויס יא מסודר",עוועלאציע איז נישט "ווי אזוי האט זיך די וועלט אנגעפאנגען"
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top