- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,769
- רעאקציע ראטע
- 6,272
- פונקטן
- 943
שלום וברכה חבירים וידידי הקרעמל עס איז שוין א וייללע וואס מע"כ(י) איז נישט דא געוועזן מיט קיין חדשות. הזמן יכלה והם לא יכלה. הלואי ווען דער צייט ערלויבט מיר. נישט א יעדען טאג איז פורים נישט א יעדן טאג האב איך די זכיה צו זיצן אין קרעמל און פארברענגען מיט אייך טייערע חבירים. אבער איצטער האב איך באגעגענט אן אינטערסאנטער עלטערער בלעטעל (נאמן געהיטן ביי די רעדאקציע) מיט זייער אן אינטערסאנטער געדאנק וואס איז ראוי ארויפ צו גיין על שלחן מלכים. מאן מלכי רבנן ותלמידיהים חברי הקרעמל.
אין פרשת פנחס איז דא אן אינטערסאנטער הפטרה וואס איז מן הסתם איינע פון די שטערקסטע תנ"ך היסטארישע ארטיקלען אליהו הנביא ברענגט אראפ א פלאם פון הימעל גלייך אראפ אויפן הר הכרמל. איזבל ווי אליהו'ן דערהארגענען ער אנטלויפט מיט זיין נשמה אין די האנט בעירום ובחוסר אן קיין עסן און טרינקען.
קיינעם איז ניטאמאל איינגעפאלן איהם צו באגלייטן אין זיין וועג און זעהן ווי ער וועט זיך אויסבאהאלטן כדי מען זאל איהם קענען ארויס העלפן אין זיין נויט און ברענגען עסן טרינקען קליידונג וכדו'
עס איז שוין דריי יאר אין איין צוה וואס עס רעגנט נישט די היצן און די טריקעניש קומט אט צו א מצב פון סכנה. עס הערשט א שרעקליכער הונגער אין כלל ישראל ישראל שרייט כלנו מתים דער מצב איז איום ונורא וואס טוהט מען דא עס איז נישטא קיין ביסן אריין צו נעמען אין מויל אריין. ואלו הטף ערנערן זיך נישט עלטערן האבן שוין וואס אנצופיטערן זייער געזינדלען עס קומט צו א מצב וואס כ"י שרייט טאטע העלפ ראטעווע.
כלל ישראל שטייט ארום דעם הר הכרמל מיט גרויס צער און וויטאג און הונגעריג אויס געמוטשעוט אן א כוחות ווען א ברעיערדיגע זוהן ברענט העכער זייערע קעפ און פון דערווייטענעס קומט אליהו הנביא צו גיין גלייך ארויפ צום שפיץ בארג און הייבט אויף זיינע הענט צו צייגן אז ער וויל זאגן אפאר ווערטער פארן עולם.
שא שא דער נביא וויל אונז איבער געבן א מעסעדזש. אלע נייגן צו אן אויער וואס גייט דער נביא זאגן וועגן דעם מצב וואספארא בשירות ברענגט ער. מען דארפ אנהייבן גלייבן עס איז נישטא קיין ברירה דער ע"ז גאט צו וואס כ"י דינט העלפט עפעס נישט ארויס אין שרעקליכער הינגער שטאנד אין וואס מען געפונט זיך משום איזה סיבה.
"עד מתי שרייט דער נביא אתם פוסחים על שתי הסעיפים" ווי לאנג וועט איר בלאנדזשען צווישען אמת און שקר. דער ע"ז קען און וועט נישט העלפן עס איז נאר דא איין אצת וואס דאס איז מלך מלכי המלכים והוא לבדו עושה ויעשה לכל המעשים. און וויבאלד עטץ בלאנדזשעטס אזוי ארום צווישען אמת און שקר וועט דער רבוש"ע ווארטן ביז עטץ וועט איינזעהן אז ער איז דער איינציגער און דער אמת און דאן וועט איר זעהן אין די מינוט וועט דער הונגער זיך אפשטעלן און עס גיין א רעגן. און ווי אויך וועל איך ענק וויזן אז טאקע ער און נאר ער קען טוהן זאכן וואס קיין איינער קען נישט.
אזוי האט אליהו הנביא אריינגעשניטן אינעם ציבור מיט א שטארקער מוסר דרשה מעורר זיין די אידישע קינדער צו תשובה ותיקן המעשים און בעהט זיך צו זיי קערט אייך צוריק בכלל לבב צום באשעפער דער אלמעכטיגער עד כדי כך אז קיין איין טריקען אויג איז צווישען כלל ישראל געווען ממש א בחינה ווי הדר קבליהו. עס האט זיך געטוהן א תשובה שלימה בכל פרטיה ודקדיקיה. ביז צו א הויעכפונקט ווי אלע אויפ איינמאל האבן זיך גענומען שרייען מיט קולות אריבער די העלזער ה' הוא האלוקים ה' הוא האלוקים אין עוד מלבדו. און דאן האט זיך גענומען גיסן א רעגן צום ערשטן מאל אין דריי יאר וואס קיין טראפ וואסער איז פון הימעל נישט געקומען.
צומארגנס שיקט דער איזבל א משלחת צו הארגענען אליהו הנביא ז"ל. אליהו הנביא דארף נעמען די לייצעס אין די האנט אריין און פאקן פעק און פוצן פונעם מקום כדי צו ראטעווען זיין קאפ. הפלא ופלא. נישטא קיין איינער פון די מענטשען וואס זענען נעכטן אזוי נתעורר געווארן פון זיין תשובה דרשה וואס האט אווענטועל געברענטג א רעגן וואס איז דא איהם צו-צולייגן א פלייצע איהם העלפן מיט די אנטלויפ אקציע אליין ווי א שטיין כאילו ער האט נישט קיין איין גוטער פריינד וואס זאל איהם העלפן מיט עסן טרינקען לינה סיי וואס ?
דער איזבל האט דאך געזעהן וואס איז געשעהן נעכטן, האט ער נישט מורא צו טשעפענען מיט אליהו'ן, נאכטן האט איז דאך נצתברר געווארן די ס"ד און כוחות וואס דער אליהו הנביא האט ? ער איז געווען דער איינציגער וואס האט געקענט ברענגן רעגן נאך וואס מען האט שוין אלעס פרובירט די לעצטע 3 יאר ווי אזוי וואגט זיך דער איזבל צו שיקן א משלחת און סטראשען אליהו'ן מיט הריגה ? מיינד באגלינג. דו זעהסט דאך מיט א דריק פון א קנעפל רעגנט אין איין סקונדע שטעלט ער עס צוריק אז די רעגן זאל צוריק געקערט ווערן און די הונגער גייט ווייטער אן. כלל ישראל וואלט דאך געדארפט טוהן אלעס אין דער וועלט זיך צו שטעלן און פראטעקטן אליהו'ן און גארנישט אין פוצפ פה ומצפצפ. א נארמאלער מענטש וואלט איהם געפאלן צו די פוס באדאנקט און איהם געגעבן כבוד מלכים איה געהוין פאר א משנה אז ער זאל פירן לה' ולתרתו.
ווי זענען די מיניסטארן צו שרייען צו איזבל'ן דו בוסט משוגע ווי דערוואגסטו זיך צו טשעפןנענן מיט אזא קדוש אלוקי קוק וואס ער קען אלץ באווייזןץ אבער ניין אליהו אנטלויפט נע ונד אן קיי גואל אן קיין קרוב קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג כאולי ער איז א חזר פון גאס. יעך פארשטיי נישט תסמור שערות ראשי פון אזא געשעפט.
א גאר שטארקע שאלה. אבער די ענטפער איז נאך שטערקער.
אליהו הנביא שטייט אין פארנט פון טויזענטער קעפיגער עולם אין דער הייעך און שרייט צום באשעפער. לייג צו קאפ. ער בעהט צוויי בקשות ענני ה'!!! ענני!! ביי די ערשטע ענני ה' קומט אראפ א פייער פון הימעל. און ביי די צווייטער ענני איז נאר געזאגט געווארן כדי מען זאל נישט אז ער איז א מכשף.
אליהו הנביא שטייט און בעהט דער באשעפער פון די וועלט די איינציגסטע מטרה וואס איך וויל דא מיט די ווי שרייענדע דרשה און ארפא ברענגן די פייער און דערנאך די רעגן איז צו אויפווייזן די אידישע קינדער זאלן נישט טאנצן אויפ צוויי חתונות, הער שוין אויפ "אויך" דינען דעם באשעפער און "אויך" ע"ז. זייטס מחליט צו ווי עטץ באלאנגטס אויב זענען ענק מיט די ע"ז גייטץ מיט די ע"ז עד הסוף. אויב זענטץ פארן אייבערשטן גייטס מיט'ן אייבערשטן עד הסוף. נאר נישט חצי חצי.
שטעלט אייך פאר ווי אזוי א מענטש קוקט אויף אליהו הנביא נאך די מעשה וואו ווי קוק וואס אליהו האט באוויזן ער ווערט דער רשכבה"ג א גאט א ביליגער די שווענץ הייבן אן ארום טאנצן מיט א נייעם טרענד אליהו הנביא דער הייליגער. די חסידים ווערן משוגע פארכישופט אינעם רבין. אין א יעדנס דיינונג רום וועט הענגען פעינטינגס פון אליהוו הנביא דער הייליגער רבי. זאגט אליהו הנביא אויב דאס וועט זיין די אוטקאם האב איך דאך גארנישט אויפגעטוהן, וואס איז א חילוק צו זיי דינען דעם באשעפער בשותפות מיטן בעל, און פון יעצט און ווייטער וועלן זיי דינען דעם באשעפער, מיט מיר. בלייבן דאך די אידן ווייטער בין שתי סעיפים האלב איך און האלב באשעפער. איז דעפאר בעהט אליהו צוויי תפילות ענני עס זאל ארפא א פייער און ענני זאלן זיי נישט זאגן אז דאס איז מעשה כשפים, איך זאל נישט ווערן דער נייער אפגאט אנשטאט דעם בעל. דערפאר קומט דער צווייטער ענני קאנעקט נישט דעם מופת מיט מיר זאלן זיי נישט זאגן אז דאס איז מעשה כישופים, איך בלי באינדעראויסן פונעם בילד עס איז נישט מיט מיר פארבינדן דינטס דעם באשעפער אליינס וואס האט עס געטאהן ווייל עטץ האט תשובה געטוהן.
און טאקע נישט מער נישט ווייניגער זיין תפילה איז נתקבל געווארן. איזבל וויל איהם הארגענען משום איזה סיבה שיהיה זי זעהט בכלל נישט איין אין זיין גרויסקייט, א פארזעהנישט זי ריעלייזד נישט אז אליהו הנביא האט דא עפעס באוויזן אלעס איז דער באשעפער בכבודו ובעצמו. דאס איז איז פונקט אזא גרויסער נס ווי דער ערטשער נס. דאס מיינט נישט אז כלל ישראל איז צוריק געגאנגען צו זייער וועג און געדינט דעם באשעפער מיטן בעל, נאר זיי האבן נישט איינערקענט קיין שום ספעציעלקייט וואס אליהו האט באוויזן. און ממילא זעהט נישט איזבל קיין שום סיבה זיך אפצוהאלטן איהם צו הארגענען אויב קומט איהם מיתה. און די אידן זעהן נישט מיט וואס און פארוואס זיי דארפן זיך אריינמישען און זיך אנעהמען פאר אליהו אנטקעגן די מלכות.
לעינינו. רואים ישועות, דער הייליגער רבי. ר' ישיע'לע דו ווילסט געהאלפן ווערן ביי דעם אדער ביי יענעם ביי די סגילה אדער יענער ציון אדער פונעם רבוש"ע זעלבסט ?
וואס דער באשעפער וויל ווייס איך נישט און פארוואס ער שיקט א צרה צו איינעם ווייס איך אויכעט נישט. אבער וואס ער וויל נישט ווייס איך יא. די צרה 1000 לעכט ביי ר' מענדעלע והצרה נשכחה. דאס איז זיכער נישט וואס ער וויל. איך וועל פארן קיין קערעסטיר און דאן וועט ער געהאלפן ווערן מיט מיליאנען צו סיי וואס ער דארפ.
ווער עס צינד 15 לעכט לע"נ ר' מתיא בן חרש מיט א תנאי אז ער וועט מפרסם זיין די נס איז א געהאלפענער. וואס?!?! וואס איז דער קאנעקשאן וואס איז די פירסום ר' מתיא בן חרש וועט קומען די ר העלפן ווייל דו האסט געצינדען 15 לעכט , נעה נישט גענוג דארפסט עס נאך מפרסם זיין אויך. מתפפללל זיין נעה וואס ווען ווי 15 לעכט וועט דאס מאכן ?
ואידך פרישא זול גמור א גוטע נאכט.