ווי אזוי שרייבט מען דאס אין אידיש?

א גוטע וואך!

ווי אזוי זאגט מען Whoa, whoa, whoa און אידיש,

אסאך חברה קענען עס ניצן היינט...
אין ארץ ישראל זאגט מען why why why... איך ווייס נישט צו עס איז אידיש צו עברית... אזוי דריקן זיך אויס מיינע ארץ ישראל'דיגע קאזין'ס אנשטאטס whoa.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot 2025-03-31 163718.jpg
    Screenshot 2025-03-31 163718.jpg
    194.9 KB · געזען: 16
בעצם איז דאס א יסודות'דיגע שאלה:

וויאזוי איז מען מגייר די אלע ווערטע וועלכע ענדיגן זיך מיט "SURE"?

א שטייגער ווי:
  • Measure
  • Pleasure
  • Treasure
  • Leisure
  • Enclosure
  • Disclosure
  • Composure

פונקט ווי פאר "TION" איז דא "ציע" (צ. ב. 'סטאנציע/station)
און פאר "SION" איז דא "זיע" (דיוויזיע/division)

לכאורה ברויך זיין א מהלך פאר "SURE"
 
אפשר "אנטפלעקונג"?
נישט יעדע ווארט האט א דירעקטע ווארט פאר דעם אין אידיש.
ס'ווענדט זיך אין די קאנטעקסט.

אנטפלעקונג איז אויך גוט.

פאר דיין קאנטעקסט (פעגי) מיין איך איז די בעסטע ברייטע "אנערקענונג" וואס איז בעצם פון די זעלבע לשון פון באקאנט ווערן.

Exposure מיין ביסודו אנטבלויזט.
"My body was "exposed
 
די נאכזילבע (סאפיקס) sure האט נישט זיינס גלייכן אין אידיש. דאס איז געקומען צו ענגליש פון פראנצויזיש - לאטיניש.
יעדער ווארט מוז מען זוכן א צוגעפאסטער איבערזעצונג דערצו אין אידיש.

אין ענגליש טוט די נאכזילבע, טראנספארמירן דאס ווארט פון א טאט-ווארט (verb) צו א זאך-ווארט (noun). ווי פון to be exposed ווערט exposure. אין אידיש דאגעגן, אזוי ווי אין דייטש, האבן מיר נישט דעם 'טריק' און מיר מוזן נוצן אנדערע, לענגערער נאכזילבעס, צו טוהן אט דאס.

אנבאלאנגט דאס ווארט exposure, איז דער בעסטער איבערזעצונג (לאך נישט): אויסגעשטאנענקייט, אויסגעשטעלטקייט.
 
לעצט רעדאגירט:
ווי אזוי שרייבן מען א W אין יידיש? דריי וואוון? (ווו) אדער צוויי וואוון מיט א פתח פון אויבן? (איך ווייס נישט ווי-אזוי מ'מאכט דאס אויפ'ן קיבאורד.)
איך האב מחליט געװען אז ס'איז נישט מער װי לאגיש דאס אױב א פ' רפה שרײבט מען אזױ: פֿ, זאל מען א װ' (V) רפה (W) שרײבן אזױ: װֿ. וכן אני ינהג.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top