דאס מיינט נישט גארנישט
טאקע פארדעם זיצט ער, פארן "העלפן פריוואט"
יישר כוח פאר די שיינע הספד, ווי קומט עס אריין דא?
קום אריין קלאר וואס נאך האט דער מנובל געטון אין גאטס נאמען?
איז די אמת אינדערמיט אדער איז עס סתם א בילבול? אינדערמיט איז אויך שלעכט און פארדעם קומט זיך עם אויך צי זיצן
און ווען די בעזעם ווערט שמוציג ווארפט מען עם ארויס מיט די אנדערע שמוץ, מען לייגט עס נישט אריין אין ספרים שראנק
די פאקט אז ער איז ארויפגעקוקט ווייזט מער אויף די וואס קוקן ארויף אויף עם, איך מיין מען דארף זיי אויך אינוועסטיגעטן פארוואס ביי זיי איז די ערגסטע רציחות פארגעבן אויב די רוצח לערנט בני יששכר
לכבוד איש יהודי,
דו האסט געטאן אן עוולה גדולה עד למאוד מיט'ן ארויסנעמען מיינע ווערטער אויט-אפ קאנטעקסט.
אבער איך וועל עס פרוברין צו אפווארפן נישט ווייל איך האלט זיך ביים פארענטפערן פאר דיר. נאר צוליב דעם תכלית הענין פון פדיון שבוים.
פאר דיר זאג איך אז דו ביסט סתם א פרעכער מענטש ארויסצונעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט ואף אתה הקהה את שיניו דו ביסט מסתם א גרעסערע מנובל ווי נחמי' אבער כדי מ'זאל נישט מיינען אז דו ביסט דא פאר'ן אמת וועל איך דיר יא ענטפערן נארמאל על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
א. דאס מיינט יא אסאך.
ב. ניין ער זיצט נישט פאר'ן העלפן מענטשן. ער זיצט ווייל ער איז באשולדיגט אין מאלעסטן מיידלעך.
ג. נישטא פארוואס. דאס איז נישט קיין הספד. דא רעדט מען צו ער איז געווען א וואולער ערליכער איד באקאנט פאר'ן העלפן מענטשן נישט צו וויי טאן קיינעם.
ד. קום אריין קלאר וואס נאך האסטו געטאן מנובלות טעראר אחוץ דעם קאמענט פון ארויסנעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט?
ה. אינדערמיט איז נישט אזוי שלעכט צו זיצן אזוי לאנג. אין אז אויב איך נעם אן אז עס איז ערגעץ אינדערמיט איז דאס א בילבול.
ו. קיינער לייגט נישט אריין נחמי' אין ספרים שאנק. איך האב קלאר געשריבן אז ער איז נישט קיין צדיק געווען קיינמאל. נאר א ערליכער וואולער עסקן ציבורי. שרייבט נישט קיין ליגענט ביטע אין אנדערען'ס נאמען דו באגאבונט.
ז. די פאקט איז אז ער איז ארויפגעקוקט איז נישט קיינעם'ס פראבלעם נאר דיין. ווי חז''ל זאגן טוב שם טוב משמן טוב. ער האט גהאלפן מענטשן געווען א וואולער עסקן נמרץ דאס איז דיין פראבלעם אז דו ווילסט דייקא יא אנעמען א בלוט בלבול אויף אים ווייל דיין מנובלות טרייבט דיך. קיינער פארגעבט ניט קיין רציחות נאר דו אליינס.
אינאף סעיד - אין איצט לענין וועל איך איבערחזר'ן מיין הויפט נקודה וואס דער איש יהודי האט פרובירט צו פארדרייען:
נחמי' וועבערמאן איז נישט קיין צדיק; קיינער האט אים נישט ארויפגעקוקט ווי א רב אדער א זייער א שטארקער אויסגעארבייטער איד. נאר מ'האט געהאלטן פון אים ווי א וואולער ערליכער קלוגער איבערגעגעבענער חסידישער עסקן למען הכלל והפרט! עס איז נישט געווען קיין עדות - הגם די פראסקיוטער האט געטנה'ט אז ער האט עדות - און נישט קיין שום פאקטישע באווייזן אחוץ די מודה במקצת הטענה פון יחוד קעגן שלחן ערוך. אבער וויבאלד די קהילה האט זיך ארויסגעשטעלט פאר אים קעגן זיין באשולדיגער האט א זשורי אים געטראפן שולדיג אין די דזשאדזש אים אריין געשליידערט אין תפיסה פאר אפאר לייפיימס שרייבענדיג קלאר און דייטלעך אז ער טוהט דאס אין אונזער נאמען כדי מיר זאלן זיך פארבעסערן. אשר על כן מוזן מיר איצט טאן למעשה שרייבן בריוו צו נחמי' און צום גאווערנערקע אים צו באפרייען.
אוודאי מוז מען אויך געבן כבוד פאר יואלי לאנדא כדי ער זאל צאלן די מיליאנען וואס ער זאגט צו פאר די באשולדיגער פון וועבערמאן אן דעם אז זיי זענען מסכים ער זאל באפרייט ווערן טארן מיר זיך נישט אריין מישן דא.