עס איז דא א גרויסע מיסקאנסעפשאן ביים חשוב'ן טעגלאשער ציבור.
ניין, נישט יעדע מאל איינער קומט מיט אן עלעגעישן, קומט די די. עי. און זעצט אים אריין אין חד גדיא פאר פופציג יאר.
ניין ניין און ניין.
איך וואלט געברענגט פערסאנעל עקספיריענס, אבער די טעגלאשע וועלן נישט גלייבן אן עדות, ע"כ זאג איך אזוי. פרעג עני מענדעיטעד ריפארטער אויב זיי האבן אמאל גערופן די עי.סי.עס., און וואס זייער עקספיריענס איז געווען.
אין מיין עקספיריענס זענען זיי ניטאמאל ווערד כקליפת השום. עס איז א פוילע, אומקאמפעטענטע, שלימזל'דיגע אגענטור, מען קען טון אביוז פארנט פון זייער נאז און זיי וועלן דאס נישט זען. עכ"פ מיט מיין עקספיריענס אין נ"י.
יעצט נאך א זאך. עס איז דא א סעקס קריים יוניט. זיי זענען טרענירט אויפצוכאפן פאלשקייטן. זיי ליינען באדי לענגווידזש. זיי קראס עקזעמינען. זיי זיצן אויף א קעיס א שטיק צייט בעפאר'ן מאכן א רעקאמענדאציע. עס איז נישט גרינג זיי אויסצופאפן, זיי זענען פראפעסיאנאלן. הגם זיי זענען נישט אינפאלעבל, זיי זענען פארט מענטשן, אבער זייער רעקאמענדאציע זאגט עפעס. און אנדערש ווי די עי.סי.עס., זענען זיי זייער זייער גוט.
יעצט, צו נחמי' האט איר מאנס געווען, דאס ווייסן מיט אן אמת נאר נחמי' און זי. צו נחמי' האט עובר געווען אויף איסור יחוד און אויף פראפעשינעל קאוד? זיכער אז יא.
פרעגט זיך אזוי, סייענס און חז"ל האבן זיך צאמגעטראפן! די מומחים פון סעקס קריים יוניט זאגן אז ער האט מאנס געווען, פונקט ווי חז"ל האבן געווארנט מיט איסור יחוד! א צוזאמענטרעף פון סייענס-סעקס קריים יוניט, מיט חז"ל - איסור יחוד! פאר וואס זאגן די טעגלאשער אז זי האט נישט קיין ראי'? עס איז דאך ממש קעגן חז"ל! (אויך קעגן א פסוק ווי אויך קעגן שכל, דכאיב ליה כאיבא אזיל לבי אסיא?)
דוקא די מאמינים אין חז"ל וואלטן געדארפט טרומפייטערן מיט דעם גילטי ווערדיקט! פארוואס שרייען זיי אז מען דארף עדים מיט התראה, חז"ל איז זיי נישט גענוג?