עס זעט נישט אויס ווי איינער דא האלט זיך ביים טוישן מיינונג לכאן או לכאן,
דר‘עולם האלט זיך שטייף אן די פאסיקעס,
לאמיר צולייגן מיינע 3 צענט ווי א שירעם נאך א רעגן,
איך זע נישט ווי אזוי ווען ער גייט זיצן לענגער גייט עס מער געבן א מעסעדזש פארן ציבור, די עולם וואס האלט אז ס‘איז סתם געווען א אויסגעזויגענע בלבול, גייט נישט טוישן קיין כי הוא זה זייער מינונג ווען ער גייט זיצן נאך 20 יאר, דאס גייט נישט שיקן קיין שום מעסעדזש מער, פינטל.
די מעסעדזש צו די עולם, צו מאלעסטערס, האלט איך איז שוין אנגעקומען, די צודרייטע מאלעסט‘עריי וואס פלעגט פארקומען פאר די לעצטע 50 יאר קומט היינט שוין נישט פאר, אויף אזא פארנעם זיכער נישט,
צו ס‘איז נאך אלץ דא קראנקע מענטשן? לכאורה יא, אבער די עולם איז שוין היינט סאך מער וואכזאם,
און אזוינע געמיינע חברה צוטערן שוין אסאך מער, עס איז שוין היינט דא קעמרעס אין רוב מקוואות, מ‘רעדט שוין היינט סאך מער צו די קינדער וועגן דעם,
די מעסעדזש איז שוין אנגעקומען,
יעצט איך פרעזענדליך האב נישט קיין מושג צו נחמי‘ איז טאקע שולדיג צו נישט, (און אויך נישט קיין שום נגיעה לכאן או לכאן) יעצט אויב גייט ער ארויס קומען גלייב איך אז ער גייט שטיין 100 מייל ווייט פון א נקיבה, עס איז היינט א אפענע וועלט, ס‘איז דא קעמרעס איבעראל, ער גייט וויסן אז ער האט כמה וכמה אידן וואס ווילן אים צוריק זען אין תפיסה,
און זיי גייען האלטן א אויג אויף אים, און די מינדעסטע פארדאכט אויף אים גייט גלייך ווערן אויפגעגעסן און אויפגעשפילט ביים ציבור, קיין נער איז ער נישט, און א לעבן אויף די פריי וויל ער אויך האבן,
ער גייט זיך נישט דערוואגן צו גריסן זיין שוויגער אויפן גאס....
און צו די טענה אז אנדערע בהמות גייען זיך אפלערנען און טראכטן אז די קאמיוניטי גייט זיי בעקן, איך האלט אז נישט,
קודם איך האלט נישט אז מ‘גייט נאך אמאל טון די מיסטעיק, מ‘זיכט זיך נישט די פוטער אויפן קאפ,
סך הכל איז מען דא ארויף געקראכן אויף גאר א הויכע בוים וואס מ‘האט נישט געהאלטן ביים אראפ קריכן,
און שוין