- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 693
- רעאקציע ראטע
- 2,715
איך מיין וואס איז געשעהן איז: ביזט ארויסגעקומען פון די אייער שאלאכץ. אלס בחור האסטו זיך צוגעשטעלט צו אלס וואס מ'האט געהייסן, נישט געהאט קיין פלאץ צו טראכטן אדער אפשר אפילו נישט קיין צייט.סתם פאר אינטערעסאנטקייט.. כ'קען נישט דערגיין ווען כ'בין געווארן אזוי קאלט צו די בעיסיקס ווי לייגן תפילין, דאווענען,
ווען איינער וואלט מיר געזאגט אלס בחור אדער אפילו שנה ראשונה, אז ער ליייגט נישט תפילין וואלט איך אים ממש פארשטיינערט.
וואס איז געשען מיט מיר... געוואלד?!
איינמאל האסט חתונה געהאט האט זיך דיר אביסל געעפנט די אויגן און ביזט מער נישט מצומצם צו מיינען אז איינער וואס לייגט נישט תפילין קומט אים צו פארשטיינערן.
ווי עס שיינט, ביזטו א געוואלדיגער אוהב אמת (אזוי קוקט אויס פון דיין אפנהארציגע שרייבן מיט אזא אויפריכטיגקייט) ממילא איז נארמאל אז ס'בּאַדערט די דאָבּל לייף מהלך
הלוואי וואלט געווען א גרינגע וועג ארויס פון פלאנטער. אבער גוטע זאכן אין לעבן קאסטן א פרייז די פלאג וואס דו לייגסט אריין אויסצוארבעטן א גוטע מהלך אין דיין לעבן, וועט זיך בלי ספק אויסצאלן!
נאר ביטע מאך נישט מיין טעות. איך האב געטאפט ווי א בלינדער אסאך יאר - געטרייט זיך אליין אן עצה געבן - ווייל כ'האב מורא געהאט צו גיין פאר הילף (מיט רעכט האב איך געהאט א פחד, ווייל מ'דארף טרעפן די ריכטיגע שליח, און איך האב זיך שוין געהאט אפגעבריעט) אבער ווי נאר איך האב זיך אויפגעהערט איינרעדן אז מיינע פראבלעמען מוז איך אליין אויספיגערן און כאילו "עפעס איז ראָנג מיט מיר אויב איך קען זיך נישט אליין אן עצה געבן", האב איך צו מיין גליק געטראפן די הילף וואס האט פילפאכיג פארבעסערט מיין לעבן.