בקיצור:
די יסוד איז צו מ'איז גורס, אדער מ'לערנט פשט, אז פושעי ישראל בגופן "מעולם", אדער פושעי ישראל בגופן אָן מעולם.
אין גמ' (ר'"ה י"ז ע"א) שטייט סתם קרקפתא דלא מנח תפלין, די רא"ש באווארענט אז מ'איז נישט גורס מעולם, דאס מיינט אפילו איין אדער עטליכע מאל פארפאסט איז אויך פושעי ישראל בגופן.
אזוי איז אויך די גירסא אין טוש"ע.
רי"ף און רמב"ם האלטן אז ס'מיינט פושעי ישראל "מעולם" דאס מיינט נאר אויב מ'האט קיין איינמאל נישט געלייגט תפלין.
עיין עוד פרי מגדים, ברכי יוסף (חיד"א), משנה ברירה, ס' ל"ז. וואס האבן געלערנט פשט אז די ראשונים (רא"ש ודעימיה) מיינען צו זאגן אפילו ער האט איין טאג נישט געלייגט הייסט עס קרקפתא דלא מנח תפלין.
-----------------
וויכטיג צו באמערקן, אז אפילו די ראשונים וואס האלטן אפילו איין מאל פארפאסן הייסט פושעי ישראל בגופן, איז נאר אויב ער האט נישט געלייגט מחמת ביזוי מצוה, אבער אויב ס'איז מחמת אנדערע טעמים איז נישט פושעי ישראל בגופן.