@דעת תורה שכח פאר דיין ענטפער!
איך גיי מיר טרייען אביסל אויסצוקלארן, איך זעה די שנירל איז אביסל פארפארן, און ס'געווארן א מישמאש פין 2 נושאים.
ס'איז דא 2 חלקים:
1) מיט וואס כ'האב אנגעהויבן אז איך בין אביסל צופליקט מיט מיין אידישקייט, איך ווייס נישט וועלכע ברכה מ'מאכט אויף עס, (צי מ'קען בכלל מאכן א ברכה אויף עס
).
מיין סדר היום איז בערך אזוי ווי די רבי'ס אין חדר האבן געזאגט אויף עשיו, וַיֹּאכַל וַיֵּשְׁתְּ וַיָּקָם וַיֵּלַךְ מיט א שמיץ אריבער,
איך לערן יעדן טאג (ווייל איך האב ליב),
איך דאוון שחרית ווען איך האב נערוון,
מנחה, ווינטער יא, ווייל איך ארבעט מיט נאך מענטשן, און מה יאמרו הבריות,
מעריב, ווען איך האב נערוון,
איך קוק וואס ס'גלוסט מיר,
איך טוה וואס ס'גלוסט מיר אין בעדרום.
גראדע שבת היט איך, איך ווייס נישט וועלכע באבע זאל רוען אין ליכטיגן ג"ע איז דעס צו פארדאנקען
(אויך נאר אין טעאריע, איך ווייס נישט צי איך נוץ גוט דעי ווארט, ווייל ווען די נויז מעקער האט זיך אויסגעלאשן איינמאל שבת פאר איך האב געלייגט מיינע חברה שלאפן, האב איך געלייגט מיינע הענט אויף מיין בעביס הענט, און ס'האט זיך 'בדרך נס' אנגעצינדן, מיין ווייב קען נאך נישט צו זיך קומען ווי קלוג און שטארק די בעבי איז ).
און אזוי בין איך אין א סטענד-סטיל פאר קנאפע 2 יאר, נישט ארויף און נישט אראפ.
חברה, איך זאג נישט די אלע זאכן ווייל איך בין פראוד פון דעים, פארקערט, איך בין צושפליטערט!
בין איך געקומען דא צום קרעמל זיך אויסשמועסן מיט מיי פעלאוי דזשאוס.
און איך וויל דאנקען יעדן וואס האט גענומען די מיה צו ענטפערן, איך וואלט געזאגט ס'איז די גרעסטע צדקה, ענק העלפן א מענטש וואס ענק גייען קיינמאל נישט וויסן ווער ס'איז, און פארקערט אויך.
צוריק צום ענין,
וואס בין איך?
ווי זאל איך גיין ווייטער?
און צו וועם קען מען רעדן? (צו טערעפי גיי איך שוין יעדע וואך).
חלק ב' גייט נאכפאלגן, ס'געווארן שרעקליך לאנג דעס