יא, איך בין א לידער!!!

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
307
רעאקציע ראטע
2,347
פונקטן
423
איך האב דעם שיל צאמגעשאלטן די ביינער, קיינער רעדט נישט, קיינער שמועסט נישט, קיינער איז נישט נייגעריג, טויטע סקעלעטן, טוב מותי מחיי דא, וואס א גוטע יאר האט מיר גאט דא אריינגעשטעלט?… איך לויף ארום צו מענטשן, מאך זיך היימיש, מאך זיך קיוט, זאג א תורה, א חניפה, א ווערטל, און סיי וואס איך קען קלערן אז יענער וויל הערן, אלץ, אלץ אבי זאל יענער אויפקראכן א שמייכל פון זיין שטענדיג פארזילגלט פנים.

און אז עס געלונגט, מארגן אז איך קום אריין, אשר לא ידע, אודך כי עניתנו, כאילו מען קען מיך נישט, יעצט הייב אן פון פריש…

און איך גיב נישט אויף, קען איך דען, א ברירה האב איך, איך וועל דאך אויסגיין פון אזא טריקעניש, מוז איך באוואסערן טויטע בלומען…

און איך גיי אהיים מיט א ליידיג הארץ, שעלט צאם אלע ארבע עולמות העכער מיינע הימלען וואו איך בין אריינגעפאלן, מיין הארץ וויינט, מיין הארץ בלוטיגט, וואו בין איך, בין איך אין א וועלט, אדער אין עפעס אן עולם התוהו, איז צלם אלוקים בטל ומבוטל?…

אזוי גייען אריבער חדשים

איין מנחה מעריב איך קום אריין, עמיצער רופט אויס, אה נחום איז דא, ער האט דאס געזאגט מיט אזא שמחה.

נעקסטן אינדערפי, עמיצער וואס איך האב קוים דערקענט ווער דאס איז, הייבט אויף די הענט מיט די גאנצע שמחה, נחום, שוין לאנג דיר נישט געזעהן

קומענדיגער טאג די זעלבע, אזא שמחה

מיין פארקלעמט הארץ לא יכול לשמוע מקוצר רוח, איך גלייב שוין גארנישט

אוונט, נאך עמיצער מאכט א פרייליכער פשי ווען איך קום אריין, אן עלטערער איד רופט מיר צו, ער וויל מיין טעלעפאן נומער

שבת אינדערפרי, פלוני גיט מיר די האנט א ווארימער גוט שבת, אז איך דארף שוין אוועק שלעפן די האנט, און דא עמיצער וואס איך קען פון שטענדיג מיט א זויער פנים וועם איך האב ביטערליך געשאלטן, שמייכלט צו מיר אז די זון האט זיך געפנט, און ווידער עמיצער גיט זיך א שטעל אויף מיט א ווארימער האנט שעיק

מיין קאפ איז אין א נעפל, נאך די אלע חדשים. איך זעה שוין גארנישט איך פיל שוין גארנישט…

אין מיין שווינדלעניש אין קאפ פרעג איך ווידער, האט זיך עפעס געטוישט? זענען מענטשן יא בצורת אדם?… איז יא דא קאראקטער, דימענסיע, חוץ ממונות׳דיגע פנים׳ער.

פלוצלינג שרייט אין מיר אן אינערליכער קול, נחום, דו האסט געדרילט, זיי געגעבן ווארימקייט, האסט געפויעלט, די חברה הייבן אן כאפן דעם מעסעדזש, זיי לערנען דיין לקח, נחום ביסט א לידער!!!

א כבידות נעמט מיר ארום, א אחריות אויף מיינע פלייצעס, איך וויל אפטראגן, איכה איכל אשא לבדי…

קומט ווידער דער קול:

נחום, האסט אנגעהויבן, הרי זה שכרך, גיי אן ווייטער!!

באותו שעה האב געוואלט זיך אונטערנעמען, נישט קיין חילוק וויפיל די עול, וויפיל מער איינזייטיגע שמייכלערייען, איך קען עס נעמען אויף מיר, אז דאס איז מיין שליחות!!!
 
דאס איז זייער אן אמת'ע נקודה.
פון מיין עקספיריענס, האבן מענטשן א נטיה אז אויב שמעקן זיי אז דיין גוט מארגן און שמייכל איז געצילט פאר דיין אייגענע גוטע הרגשה, דהיינו אז דו זאלסט זיך פילן מער א חלק פונעם געזעלשאפט, וועלן זיי געבן אזא קורצע שאקל מיט'ן קאפ טראכטנדיג 'טראג דיך אפ פון דא, איך ארבעט נישט פאר דיר'.
טאמער אבער... דו קומסט מיט'ן צוגאנג אז דו דארפטס גארנישט פון קיינעם, די חברה זענען פשוט ווילדע שאף וואס מ'האט גוט איינגעטרעינט במשך לאנגע דורות ווי אזוי צו נאכפאלגן די גרויסע מויל מאכערס, און זיין דעזערוון פשוט א גוט ווארט פאר זייערע שווערע הארוואניע וואס זיי לייגן אריין אינעם פראצעדור, דאן וועלן זיי נעמען דיין גוט מארגן, און וועלן איר גוט אויפעסן און אויסזייגן אירע ביינער כלחוך השור אזוי אז די שפייאכץ וועט רינען און אנפילן דעם נהר דינור.
 
Back
Top