@איש מבקש ביטע קוואוט נישט מיין מעסעדזש ווען איך שרייב בכלל נישט,וואס דו האסט אפגעמאכט דארט שטייט. א דאנק
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
@איש מבקש ביטע קוואוט נישט מיין מעסעדזש ווען איך שרייב בכלל נישט,וואס דו האסט אפגעמאכט דארט שטייט. א דאנק
נישט אזא גוטע עצה
טאקע א ווייטאג
ווייל דו האסט 2 פעיזשעס פון א קאנווערסעישאן איבער דעם, מ'דארף דאך וויסן אויף וואס ס'גייט ארויף@מאה שערים איך ריספאנד דא אויף דיינע לעצטע צוויי מעסעדזשעס מיט איין מעסעדזש.
ס'נישט אזוי קאמפליצירט, יעצט איז שוין די שאלה קליפ אין קלאר, צו איינער וועט עקשעלי הארגענען א גוי בידים צו ראטעווען א א איד צילוב אתה בחרתנו.
די אלטע שטימען זענען געווארן אויסגעמעקט, און די נייע שטומען אויף די אויסגעקלארטע שאלה איז נאך אלס דא האלב עולם דערווייל וואס וואלט עס ווען געטון.
פארוואס דארף מען האבן א זכר פון די ארגינעלע שאלה? ס'איז נישט אקטואל.
איך הער, דזשאסט פאר קלארקייט, פאר די קאנווערסעישן פלאו.ווייל דו האסט 2 פעיזשעס פון א קאנווערסעישאן איבער דעם, מ'דארף דאך וויסן אויף וואס ס'גייט ארויף
בקיצור האסט געמיינט ביסט נישט אין דזשאנגל יעצט זעסטו ביסט יא. וועלקאם!איך הער, דזשאסט פאר קלארקייט, פאר די קאנווערסעישן פלאו.
אבער איך האב געמיינט אז יעצט אז איך האב עס געטוישט, וועט נישט זיין קיין איין יא וואוט, איך האב מיר אבער מיעס גענערט.
די מאדס זאלן אפשר צירוקלייגן די ארגינעלע שאלה, אפשר מיט אזא ספוילער.
קיינער האט אים נישט פארשטאנען ראנג. יעדער האט פארשטאנען וואס ער האט געשריבן. ער טענהט נאר ער האט געמיינט עפעס אנדערש וואס ער האט געשריבן. נו... זעמיר דאך נישט קיין מלאכים. איך דארף נישט וויסן וואס ער טראכט. (אגב איך בין נישט אזוי זיכער ער האט טאקע ארגינעל געמיינט וואס ער זאגט ער האט געמיינט. מער נוטה אז ער אליין איז נישט געווען קלאר וואס ער מיינט. במשך הדברים האט ער זיך אויסגעקלארט)הרב איש מבקש, דו ווינדערסט זיך פארוואס יעדער האט פארשטאנען ראונג
די ריעזאן פארוואס יעדער האט פארשטאנען ראונג איז ווייל עכט קען מען נישט איבערלייגן קרענק פון איינעם צו א צווייטן
ס'הייבט אן ווערן שרעקעדיג.@זרח קוקסט מיר אויס צו זיין א שטיקל טראול, די טראולען פון די פעסט האבן נישט גוט אפגעשניטן דא אין קרעמל.
סאו קיפ איט אפ.
לייק! גיין מיט א מעסער איז דאך ממש רציחה אבער זאגן תהילים... ווייסט דאך... ס'העלפט נישט ממש אזוי אלעמאל, סאו ס'נישט ממש רציחה...דו האסט נישט גענוג קלאר מסביר געווען דיין שאלה.
לאמיר פרעגן קלארער, אויב דיין טאטע וואלט געדארפט א קידני און דו וואלסט געקענט ארויסשניידן פון א געזונטע גוי א קידני.
וואלט דאך געווען א דבר פשוט פאר כמעט יעדן אז מטאר אזא זאך נישט טון.
נאכמער, אפילו די גוי איז ניינציג און די איד איז אינג, קען מען נישט הרגענען א מענטש אויף חשבון פון א צווייטן.
נישט קיין חילוק, איד, גוי.
איך האב פארשטאנען דיין פראגע איז אז לו יהא מזאל קענען דורך זאגן תהלים טוישן די קרענק פון איינעם צום צווייטן.
אפילו אויב מ'האלט אז די תהלים קען טאקע מאכן אזא טויש.
אין אזא פאל קען מען שוין אנהייבן דן זיין.
איך וואלט געסעיווט מיין טאטע און מיין חבר און מיין ברודער אויף אזא וועג.
און היות אלע אידן זענען מיינע ברודערס וואלט איך זיי אריינגערעכנט אין דעם כלל.
א גוי איז א עקלדיגע זאך. ער איז אן עם הדומה לחמור. מיט דעם אלעם דארפסטו דיך אויפפירן מענטשלעך צו אים אלס "דיך" אויס. דו האסט דאך די מדה פון ביישנים רחמנים וואס איז דאס זיך,פרייען מיט א גוי'ס דורכפאל. ער איז מעשי ידי של הקב"ה, א מדבר. ווי קענסטו דיך פרייען מיט זיין דורכפאלגוט מארגן ליבע ברידער!
איך פארשטיי אז איך האב ארויפגעברענגט זייער א האקעלע נושא דא, וואס האט אנגערירט דעם עולם זייער טיעף.
א חבר זאגט מיר אין פרייוועט, אז ער האלט אז די חברא וואס האבן געוואוט 'יא' דא האבן נאך אלס נישט גוט פארשטאנען די שאלה.
ער טענהט אז ווען ס'קומט צו הייפאטעריקעל שאלות, פילט יעדער אריין פאר זיך די בלענק, און מ'לייגט נישט צו קאפ אינגאנצן צו די עצם שאלה, צו דו וואלסט בידים געהארגעט א גוי צו סעיווען א איד.
הלוואי קען איך האבן כאטש א פיפטעל פון זיין מדרגה אין דן זיין לכף זכות, ווייל איך האלט אז זיי ווייסן יא זייער גוט וואס זיי האבן געשטומט פאר, משום מעשה שהיה.
געפארן בין איך לעצטענס מיט מיין ווייב ערגעץ, אין די קאר איז אויך געווען נאך א קאפל א נאנטע משפחה מיטגליד א עכטע פארנאטישע עקסטרעמיסטישע קאפל.
בקיצור, ערגעץ האמיר געסטאפט ביי א גאז סטאנציע, אין מיין שוועיגערן באמערקט פון די פענסטער ווי א 7 יעריגע גויאיש אינגל וואקט מיט אזא וואקער, א קראנק אינגל נעבעך. די שמחה וואס האט זיך אויסגעשפרייט אויף איר געזיכט איז אומבאשרייבליך, זי רופט זיך אן מיט אן עקסייטמענט אה פיינעלי זעהט מען א גוי מיטשעט זיך, יעצט זעה איך פארוואס וואקערס איז געמאכט פאר, בקיצור, מלא שמחה.
איך זאג ענק ס'איז א מעשה שהיה, איך האב מיר גארנישט אנגערופן, ווייל זי איז א שוועגערין פון מיין ווייב'ס זייט, איך האב נישט געזוכט קיין קאנפרעטעישן.
איך פארשטיי אז די מעשה איז נישט דומה לנידן דידן, איך גלייב נישט אז איינער דא איז אזוי עקסטרעם זיך צו פרייען ווען א גוי איז בצער, אבער זיין אקעי צו הארגענען בידים א גוי צו ראטעווען א איד וועם דו קענסט נישט קומט פון די זעלבע משפחה.
און איך בלעים נישט קיינעם דא פאר וואוטן 'יא' מ'איז אזוי נתחנך געווארן, צו אנקוקן די גוי ווי עפעס א עקעלדיגע זאך.
אבער איך בעט ענק טייערע ברידער, האקסט עס ארויס פון קאפ, לאמיר אנקוקן יעדען ווי א הומען ביאינג.
ווען דו ביסט מחנך דיינע קינדער ביי דיר אינדערהיים, קענסט זיי טאקע זאגן אז אונז זענען אן אויסדערוועלט פאלק, און מ'קען זיי שטאלץ דערמיט.
אבער עד די ענד אף די געים, וויל די באשעפער זאלסט ליב האבן יעדען, דו באשעפער דארף א פאלק פון מענטשן.
ווען דו הערסט פון איינעם אז עפעס א איד מיטשעט זיך מיט א קרענק, מוזטו זיך נישט אנרופן "אויף אלע גוים געזאגט" דיין זיידע האט עס געמעגט זאגן, ער איז געפאניקט געווארן דורך זייערע גויאישע שכנים, אבער דו זיצט על סיר הבשר, וואס האט דיר די גוי וואס מאכט דיר דיינע סענדוויטשעס שלעכט געטאן?
אונז זעמיר א עם הנבחר ווייל גאט האט אונז אויסדערוועלט אים צו דינען, נישט ווייל די גוי איז עפעס א שמוציגע זאך!
איי לאוו יו אלל!!
האטס א פרייליכע פורים!!
דו גיי אן מיט א פעסטקייט.
ווי אזוי האסטו געוואוט דא אויף די פאול?@איש מבקש
סארי טו דיסעפוינט יו, אבער די נושא האט קיינעם נישט בארירט טיף, סתם א שטורעם אין א גלעזל וואסער, דו עסט דיך דאס געזונט פאר גארנישט און פאר נישט.
דאכטס דיך די פאול האט א 'יא' און 'ניין' אפציע, איך האב נישט געמאכט ביידע 'ניין', די מעסעדזשעס איז געמאכט געווארן זיך אויסצושמועסן.@איש מבקש וויאזוי איז שייך אן אנקעטע ווען יעדער מוז שטומען ווי דיר...?
א מיינונג איז א מיינונג.