אינטערעסאנטע נייעסלעך

מדריגה

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מערץ 25, 2025
מעסעדזשעס
346
רעאקציע ראטע
1,428
פונקטן
213
דער טייערסטע ארון קודש אויפן וועלט ווערט יעצט פארענדיגט פאר ישיבת עטרת שלמה, האט איבער צוויי טאן זילבער, האט אפגעקאסט איבער צוויי מיליאן דאלאר האט אויך גאר אסאך גאלד

IMG_0917.jpeg

אינמיטן בויען
IMG_0920.jpeg
 
א גאר טראגישע פאסירונג איז היינט פארעפענטליכט געוואָרן:

איינער פון וויליאמסבורג וואס האט זיך גערופן "חיים קאהן" איז אנגעקלאגט געווארן מיט פערציג יאר טורמע,

"חיים קאהן" איז געווען באקאנט אלץ א גאר טייערע איד מיט א קאפל און פיאות וואס האט אויפגעצויגן אידישע קינדער וואס קומען פון שטובער וואס האבן אפגעלאזט אידישקייט,
חוץ פון דעם פארמאגט ער 9 אייגענע קינדער.
חיים האט אסאך יאר אפערירט אויף טיק-טאק אלץ א אידישע טיק-טאק רבי,
פאר נישט צו לאנג צוריק האט איינער פון זיין קינדער ארויף געברענגט געווארן אויף א "לייוו פודקאסט" ווי ער האט זיך די ערשטע מאל גענומען רעדן איבער דעם אז זיין טאטע פירט דורך שוין אסאך יארן שווערע אומרעכט מיט אים און זיינע אנדערע ברודער, אן זייערע הסכמה נאך וואס זייער טאטע סטראשעט זיי מיטן לעבן נישט צו רעדן קיין ווארט דערפון,
פארשטייט זיך פאליציי האט גענומען דעם קינד צו אן אויספארשונג און די זין האט תיכף געברענגט אויפווייז.. גלייך דערנאך איז "חיים" שווער אויסגעפארשט געווארן און טאקע אנגעקלאגט געווארן אויף 4 שווערע קלאגעס פון "מילעסטען" זיינע אייגענע קינדער אריינגערעכנט די אנדערע קינדער וואס ער האט אפציעל גע'דאגה'ט פאר זיי..

נאך גאר שווערער אויספארשונגען איז מען געוואויר געווארן אז דיע "חיים קאהן" איז בכלל נישט קיין איד, נאר א גוי פון טעקסעס וואס האט געשפילט 15 יאר אלץ איד אינעם היימישן וויליאמסבורג, אלץ כדי צו קענען עוסק זיין מיט קינדער...
זיינע שכנים געבן איבער אז זיי האבן אים שטענדיג חושד געווען נאכן זעהן אז זאכן שטומען נישט מיט דעם פארשוין, וויבאלד זאכן האבן אויסגעזען גאר מאדנע אויף אים אלץ א היימישע איד,
די שכנים האבן שוין מערערע מאל גערופן פאליציי אבער גארנישט האט פאסירט נאך וואס ער האט זיך געהאלטן שטארק אז ער ווייסט נישט וואס מען דארף פון אים,

זיין אמת'ער נאמען שטעלט זיך ארויס צו זיין:
" jeffery Lujan Vejil"

ער וואלט געדארפט צו ווערן אנגעקלאגט מיט 135 יאר טורמע, אבער לויט די געזעץ איז ער אנגעקלאגט געווארן מיט נאר פערציג יאר טורמע אויף 4 הארבע קלאגעס פון באגיין אומרעכט געצווינגענערהייט מיט קינדער...
 
פון וואו נעמסטו דיין נייעס? ערשטנס, עס איז נישט היינט פארעפענטליכט געווארן, עס איז אן אלטע מעשה. צוויי, דאכט זיך עס האט פאסירט אין טעקסאס. ווי קומט וויליאמסבורג אריין דא?
 
פון וואו נעמסטו דיין נייעס? ערשטנס, עס איז נישט היינט פארעפענטליכט געווארן, עס איז אן אלטע מעשה. צוויי, דאכט זיך עס האט פאסירט אין טעקסאס. ווי קומט וויליאמסבורג אריין דא?
פאר מיר איז עס היינט פארעפענטליך געווארן, און די ביסט אויך יעצט געוואר געווארן! צווייטענס ער האט זיך געדרייט אין וויליאמסבורג דריטענס דער סענטענס איז געווען עפריל 7
 
פאר מיר איז עס היינט פארעפענטליך געווארן, און די ביסט אויך יעצט געוואר געווארן! צווייטענס ער האט זיך געדרייט אין וויליאמסבורג דריטענס דער סענטענס איז געווען עפריל 7
אז דו ביסט הײנט 'געוואר' געווארן שרייבט מען נישט אז עס איז היינט 'פארעפענטליכט' געווארן. ניין, איך בין נישט יעצט געוואר געווארן פון די מעשה.

די אורטייל איז טאקע פריש, און עס איז 'נייעס'. פשוט די וועג וויאזוי דו האסט אנגעהויבן די תגובה מאכט עס אויסקוקן כאילו ווי מען רעדט פון א פרישע סקאנדאל וואס איז אט נארוואס אנטדעקט געווארן.
א גאר טראגישע פאסירונג איז היינט פארעפענטליכט געוואָרן:
איך האב געוואלט אויסקלארן אז דא רעדט מען פון אן אלטע מעשה.
 
פארשטייט זיך פאליציי האט גענומען דעם קינד צו אן אויספארשונג און די זין האט תיכף געברענגט אויפווייז.. גלייך דערנאך איז "חיים" שווער אויסגעפארשט געווארן און טאקע אנגעקלאגט געווארן אויף 4 שווערע קלאגעס פון "מילעסטען" זיינע אייגענע קינדער אריינגערעכנט די אנדערע קינדער וואס ער האט אפציעל גע'דאגה'ט פאר זיי..
די קינדער אויף די פיקטשער איז זיינס? אידן?
 
קיינער פון די קינדער זענען נישט קיין אידן.
ער איז נישט קיין איד, זיך קיינמאל נישט מגייר געווען.
די מעשה איז אן אלטע מעשה אין טעקסאס.
ער איז קיינמאל אין וויליאמסבורג נישט געווען.
אלע 9 קינדער זענען אדאפטירט פון פאסטער קעיר. נישט זיינע אייגענע.
 
און ער האט געהאט א פרוי וואס האט מיט געשפילט
איז זי נישט און חדגדיא
 
לכאורה איז דער חיים קאהן שוין אנגעקלאגט געווארן מער ווי 2 יאר צוריק נאר זיין אורטייל איז ממש יעצט באשטימט געווארן די video איז פון 2 יאר צוריק:

View: https://youtu.be/gkNnl5AIFpY?si=L0m066R46ZWVT2JU

ער האט געהאט א YouTube channel אין אויך tiktok פון אים און די קינדער און זיך גערופן our unique family מען קען באמערקן אז עפעס קלעבט נישט די תוכן, פאות...

Our Unique Family

TikTok - Make Your Day
 
לעצט רעדאגירט:

ק.פ.
חיים ניסים כהן האט זיך דערקלערט שולדיג אין וועט שמאכטן 40 יאר אין טורמע ווי דער ריכטער האט געזאגט פארן פערציג יעריגער חיים ניסים אז ער וועט מער נישט זען די שיין פונעם זין.

כהן וואס האט באקומען עטליכע טערמינען פון פערציג און נאך 15 יאר וועט אויסדינען אלע אויף איין מאל.

חיים ניסים וואוינענדיג אין יוסטען טעקסעס האט כסדר אדאפטירט נאך און נאך צובראכענע קינדער אן קיין שטיבער. ער האט זיך אנגעגעבן אלץ א ברוקלינער איד וואס האט זיך אריבערגעצויגן קיין טעקסעס און ווי ער זאגט איז זיין מיסיע אלץ געווען צו זיכער מאכן אז אידישע קינדער באקומען א אידישער היים. כהן מיט זיין 9 אדאפטירטע קינדער איז געווארן גאר פאפולער מיט שווערע טויזנטער נאכפאלגער אויף די טיקטאק פלאטפארמע.

חיים ניסים האט שווער מסדר געווען און פארגוואלדיקט זיינע קינדער דורכאויס די אלע יארן. ער איז אנגעקלאגט געווארן אין 2019 אבער ארויסגעלאזט געווארן ווי ער איז ווייטער אנגעגאנגן מיט זיינע שטיקעס.

זיינע קינדער האבן געריפן די קינדער שוץ אגענטור אזויפיל ווי 8 מאל אבער עס האט זיך אלץ געענדיגט מיט גארנישט נאך וואס דער פאטער האט זיי משחד געווען.

ביז איינע פון זיינע קינדער האט אריינגערופן צו א פאדקעסט פארציילנדיג וואס עס גייט פאר וואס האט געברענגט די פאליציי צו ווערן פארמישט.

מיט די צייט האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רעדע איז פון א פאלנער שגץ געבוירן אין טעקסעס, מיטן נאמען דזשעפרי לוהאן וועדזשיל וואס האט געניצט די אידישע לעבן און וואלנערבילעטי צו פארדעקן זיין רשעות.

לוהאן האט אנגעהויבן שפילן קראנק מיט אקסיגען טאנקען און א ראד שטוהל און ווי זיינע קינדער זאגן איז דאס נאר אין געריכט אדער אויפן גאס.

פאריגער וואך האט דער ערל לוהאן זיך דערקלערט שולדיג און וועט שמאכטן אין טורמע ביז די 80.
 
ק.פ

ברוך מקדש שמו ברבים!
די אידן וואס וואוינען — אדער פלעגן פארן — קיין לינדען, ניו דזשערזי, פלעגן אין די לעצטע יארן דורכפארן יעדן טאג א גאר אויסגעלאסענער בילבאָרד, וואס האט שטארק געשטערט די תושבים, וויבאלד עס איז געשטאנען ממש אין לינדען אין געזעין געווארןאויף ביידע זייטן פון דער גאס...

די קאמפעני האט געזאגט אז זיי זענען דא פאר ביזנעס און ווילן עדווערטייזן וואס עס ברענגט געלט.

ברוך השם אז ר' מאטי הערצאג שיחי׳ פין קדם האט מסכים געווען אויסצוקויפן די בילבאָרד פאר די נעקסטע פאר חדשים כדי צו פארמיידן שמירות עניינים פאר אידן, אפילו עדווערטייזן פאר גפן דארט האט נישט קיין פשט — ווען עס זענען דא פיל בעסערע ערטער וואו מענטשן קוקן און זעען!
 
Back
Top