אינטערעסאנטע פאקטן

אורות

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 9, 2024
מעסעדזשעס
446
רעאקציע ראטע
1,129
נישט געזעהן אזא שנירל, דא קען מען ברענגען אינטערסאנטע זאכן וואס איר זענט געוואר געווארן און (אפשר) מענטשן ווייסן נישט דערוועגן

איך וועל אנפאנגן

בנימין נתניהו די ראש הממשלה פון ארץ ישראל איז א לוי!

און זיין עכטע נאמען איז מיליקאווסקי

אפשר א קרוב מיט אמשיניווער רבי?...
 
ער איז אויכעט א גרויסע יחסן אן אייניקל פונעם ווילנער גאון הגר״א
 
פארוואס נעבעך הלואי אויף יעדעם געזאגט צו האבן אזא מושלם און מוצלחדיגע אייניקל
יא אבער די גר"א דרייט זיך איבער אין זיין קבר, עכ"פ אויב האלט ער ווי די מענשטן וואס טרויערן אויף אייניקלעך וואס פארן אפ...
 
יא אבער די גר"א דרייט זיך איבער אין זיין קבר, עכ"פ אויב האלט ער ווי די מענשטן וואס טרויערן אויף אייניקלעך וואס פארן אפ...
נישט ממש די גר״א געפונט זיך שוין אויפן עולם האמת אין איז שוין געוואר געווארן אז דאס איז סתם קרעפ
 
נישט געזעהן אזא שנירל, דא קען מען ברענגען אינטערסאנטע זאכן וואס איר זענט געוואר געווארן און (אפשר) מענטשן ווייסן נישט דערוועגן

איך וועל אנפאנגן

בנימין נתניהו די ראש הממשלה פון ארץ ישראל איז א לוי!

און זיין עכטע נאמען איז מיליקאווסקי

אפשר א קרוב מיט אמשיניווער רבי?...
איך מיין אז ער פלעגט זיין עפעס א גרויסע ספארטלער סדאכט זיך אז איך האב אמאל געזען א קליפ ווי ער רעדט ווי שווער עס איז צו מאכן א גאל אויף ראנאלדא
 
עס ליגט מיר אין קאפ האבן געהערט אז יצחק רבין איז געווען אן אייניקל פונעם יהודי הק' (רבינוביץ) אבער איך טרעף נישט קיין מקור דערויף
 
יאיר לפיד איז א ריבניצער חסיד. (נאך פאר עס איז געווארען אין סטייל)
 
נישט געזעהן אזא שנירל, דא קען מען ברענגען אינטערסאנטע זאכן וואס איר זענט געוואר געווארן און (אפשר) מענטשן ווייסן נישט דערוועגן

איך וועל אנפאנגן

בנימין נתניהו די ראש הממשלה פון ארץ ישראל איז א לוי!

און זיין עכטע נאמען איז מיליקאווסקי

אפשר א קרוב מיט אמשיניווער רבי?...
אויך האט ער א פרומע ברסלב'ע טאכטער וואס וואינט אין מאה שערים און זיי שיקן די קינדער וואס גייען לאנגע פאות אין דרכי שמואל וואס נעמט נישט קיין געלט פון די מדינה גדולי המשפיעים החסידיים בברית לנכדו החרדי של בנימין נתניהו - בחדרי חרדים
 
פארוואס נעבעך הלואי אויף יעדעם געזאגט צו האבן אזא מושלם און מוצלחדיגע אייניקל
ווטד"פ?!
א מושלם? א מוצלח'דיגער אייניקל??

א מושחת מכף רגל ועד ראש
א עקלהאפטיגער קמצן וואס לעבט אויפן חשבון פון די מדינה, אויף אן עקסטרעמען אופן
א ליידיגער דעמאגאג וואס האט צוטיילט די לאנד צווישן רעכט און לינק אויף א צודרייטן אופן
א ביליגער שקרן וואס קען נישט זאגן קיין גאנצע סענטענס אן ספינען ליגנטס. די אמת טוישט זיך ביי אים לויט די וועטער
א מאסיוון דורכפאל אין זיין פירערשאפט, פון אסון הכרמל - ביז מירון, פון די צוללות ביז אקט' 7. ער אליין רעגט זיך צאם אויף אלע פקידים און די מדינה אז זיי זענען דיפ סטעיט, ווען רוב פון זיי האט ער אליינס געשטעלט.
א נידריגן פחדן וואס וועט קיינמאל נישט נעמען די אחריות אויף זיך, אין יעדן דורכפאל זיינעם וועט ער טרעפן א צווייטן אנצולייגן, פון ציפי לבני דורך בוגי יעלון, אביגדור ליבערמאן, נפתלי בענעט וכו', ביז אבאמא, ביידן, די תקשורת, די שמאלנים בוגדים, און די שופטים. און פארשטייט זיך די ""דיפ סטעיט"".
א מעניפולעיטער וואס נוצט אויס מענטשן'ס פחדים צו בלייבן צוגעקלעבט צום בענקל.
א לאו לייף אפארטוניסט, וואס וועט פארקויפן יעדע אידעאלאגיע אבי צו בלייבן אין שלטון.

ער האט גענומען א מדינה מיט גרויס פאטענציאל - ריזן אין הייטעק און אין סעקיוריטי און צבא, און איר איבערגעדרייט צו א צופארענע צושפאלטענע צובראכענע געזעלשאפט.

מושלם? מושלם אין צוברעכן. מוצלח? צו בלייבן צוגעקלעבט צום בענקל. דאס איז ער
 
מושלם? מושלם אין צוברעכן. מוצלח? צו בלייבן צוגעקלעבט צום בענקל. דאס איז ער
@כספי קודם כל ביטע נעמט אריין אן טיפען אטעם און קומט אביסל צו זיך, און בד״וו אפי׳ לשיטתך דארף מען אויך זיין גאר א געניטער מושלם אין מוצלח צו קענען באווייזן דאס וואס ער האט באוויזן. לרע או למיטב
 
Back
Top