פארוואס נעבעך הלואי אויף יעדעם געזאגט צו האבן אזא מושלם און מוצלחדיגע אייניקל
ווטד"פ?!
א מושלם? א מוצלח'דיגער אייניקל??
א מושחת מכף רגל ועד ראש
א עקלהאפטיגער קמצן וואס לעבט אויפן חשבון פון די מדינה, אויף אן עקסטרעמען אופן
א ליידיגער דעמאגאג וואס האט צוטיילט די לאנד צווישן רעכט און לינק אויף א צודרייטן אופן
א ביליגער שקרן וואס קען נישט זאגן קיין גאנצע סענטענס אן ספינען ליגנטס. די אמת טוישט זיך ביי אים לויט די וועטער
א מאסיוון דורכפאל אין זיין פירערשאפט, פון אסון הכרמל - ביז מירון, פון די צוללות ביז אקט' 7. ער אליין רעגט זיך צאם אויף אלע פקידים און די מדינה אז זיי זענען דיפ סטעיט, ווען רוב פון זיי האט ער אליינס געשטעלט.
א נידריגן פחדן וואס וועט קיינמאל נישט נעמען די אחריות אויף זיך, אין יעדן דורכפאל זיינעם וועט ער טרעפן א צווייטן אנצולייגן, פון ציפי לבני דורך בוגי יעלון, אביגדור ליבערמאן, נפתלי בענעט וכו', ביז אבאמא, ביידן, די תקשורת, די שמאלנים בוגדים, און די שופטים. און פארשטייט זיך די ""דיפ סטעיט"".
א מעניפולעיטער וואס נוצט אויס מענטשן'ס פחדים צו בלייבן צוגעקלעבט צום בענקל.
א לאו לייף אפארטוניסט, וואס וועט פארקויפן יעדע אידעאלאגיע אבי צו בלייבן אין שלטון.
ער האט גענומען א מדינה מיט גרויס פאטענציאל - ריזן אין הייטעק און אין סעקיוריטי און צבא, און איר איבערגעדרייט צו א צופארענע צושפאלטענע צובראכענע געזעלשאפט.
מושלם? מושלם אין צוברעכן. מוצלח? צו בלייבן צוגעקלעבט צום בענקל. דאס איז ער