איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

אז דיין פלאן איז מיך צי ענטפערן אגאנצן צייט די זעלבע פלאכע תיריץ אן קיין שום פראף קען מען שוין אויפהערן, האסט געפרעגט וואס איז געווען פאר די ביג בענג האט מען דיך געזאגט, יעצט קום נישט זאגן
צייט האט גאט באשאפען, און ער האט עס באשאפן נאר אינעם עולם הגשמי.
איך ווייס וואס די האלטסט איבער גאט און וואס ער האט באשאפן, און ווי לאנג עס איז נישט דא קיין קלארע פראף פאר דעם איז נישטא קיין סיבה דאס אנצינעמען בלינדערהייט.
 
אז דיין פלאן איז מיך צי ענטפערן אגאנצן צייט די זעלבע פלאכע תיריץ אן קיין שום פראף קען מען שוין אויפהערן, האסט געפרעגט וואס איז געווען פאר די ביג בענג האט מען דיך געזאגט, יעצט קום נישט זאגן

איך ווייס וואס די האלטסט איבער גאט און וואס ער האט באשאפן, און ווי לאנג עס איז נישט דא קיין קלארע פראף פאר דעם איז נישטא קיין סיבה דאס אנצינעמען בלינדערהייט.
דאס גאנצע בריאה איז די פרוף
יעדע זאך וואס איז פארהאנען, איז נישט מעגליך צו זיין אין פאקט, און געזען ווערן, אויב ס'האט זיך אליינס!
די גרויסע קראך האט נישט קיין באווייז, נישט מיט סייענס, און נישט מיט שכל. וואס אגב, נישט אלע סייענטיסטן שטימען איין מיט'ן גרויסער קראך בובע מייסע

ס'מוז זיין איינער וואס איז געווען דער וואס האט אלעס באשאפן, און ס'קען נישט זיין אז ס'געווען א נברא, ווייל אויב יא איז ער נישט שטערקער פון זיך אליינס צו באשאפן עפעס.
מוז זיין אז דער וואס האט דעם מעכטיגער קראפט איז איינער וואס איז העכער יעדע באשאפענע זאך.
 
ס'נישט מיין פראבלעם אז דו ביסט צו קורצקעפיג צו באגרייפן אזעלכע הייקעלע געדאנקן.
איך קען אבער פראבירן דאס בעסטע וואס שייך, דיך מסביר זיין וויפיל מאל דו ווילסט.

די זעלבע זאך איז אויך; אז ס'נישט קיין באווייז אז עפעס איז נישט דא און פארהאנען, אויב ס'דא אזעלכע וואס זעען עס נישט.

וועגן דעם קענסטו שוין פארשטיין זייער גוט - אויב דו ווילסט באמת - אז ס'נישט נשתכחה תורת הבעש''ט, נאר ווער ס'האט עס פארגעסן מיינט אז יעדער האט פארגעסן. און ווער ס'זאגט אז אנדערע האבן פארגעסן, האלט אז ער ווייסט און א צווייטער ווייסט נישט.
 
די גרויסע קראך האט נישט קיין באווייז, נישט מיט סייענס, און נישט מיט שכל.
the big bang דארף נישט קיין באווייז, גאט איז דער וואס דארף באווייז.
און די בריאה איז נישט קיין באווייז ווייל עס איז דא א וועג עס צי פארענטפערן אן גאט,
קיינער זאגט נישט פאר זיכער אז עס איז געווען די big bang, עס איז פשוט א וועג ווי אזוי עס וואלט ווען געקענט זיין
 
ס'דא 'לדבריך' נאך א וועג, אז דו האסט עס באשאפן, אבער היות ס'קלעבט נישט, ווייל דיר האט איינער געמוזט באשאפן כדי דו זאלסט עפעס קענען מוליד זיין, ממילא דו מיט גרויסע קראכערס זענען נישט קיין איינציגער העכסטער מציאות באשאפער
 
סארי, באט מיט מיין קורצקעפיגקייט פארשטיי נישט ווי אזוי די ווערטערשפיל וואס די ניצט פרעגט אפ מיינע ווערטער
 
וועלכע ווארט איז נישט געווען קלאר?
 
ווי איז דיין פראף?
 
ווי איז דיין פראף?
ס'נישט מעגליך אז איינער זאל באשאפן עפעס נאר אויב ער איז באשאפן געווארן פארדעם, דעריבער, וועלכע זאך קען באשאפן עפעס, נאך פאר ער אליינס איז געווארן באשאפן בעפאר.
מוז זיין אז דער וואס האט די ערשטע באשאפן איז נישט אינעם באשעפעניש, נאר אויסער דעם, און נאר איינער קען דאס טון, גאט אליינס
 
ווער זאגט אז עס דארף דא זיין א "איינער"?
 
און ווער איז די "איינער" וואס האט באשאפן דיין "איינער"?
 
דו מאכסט מיר א גאנצע צייט א לייק, כאטש דו האלטסט אנדערש?

ס'מוז זיין איינער וואס האט באשאפן די ערשטע זאך, ווייל מער פון איין, איז שוין נישט דא קיין ערשטער, און דער ערשטער איז דער איינציגער באשעפער
 
איך האלט אז די שרייבסט גוט און טיף קומט זיך דיך א לייק, צי עס איז אמת איז א אנדערע מעשה. איך בין נישט פון די מענטשן וואס אויב איינער האלט אנדערשט פון זיי זענען זיי אטאמאטיש שוטים אין פלאכע קעפ...

איך האב נישט געמיינט "מער ווי איין", איך האב געמיינט "קיינער"
 
@יאסעלע ברוין האסט אמאל געהערט פון קדמות העולם? רבינו הגדול הרמב"ם אין מורה שרייבט אז עס זענען נישטא קיין הוכחות אנטקעגן קדמות העולם. און אויב די וועלט (אין עפעס א פארום) איז אייביג געווען קענסטו נישט פרעגן ווער האט עס באשאפן ווייל עס דארף נישט קיין בורא.
 
דו זאג מיר... וויאזוי באשאפט זיך עפעס אליינס דאס ערשטע מאל?
 
שרייבסט רבינו, און דו מיינסט צו זאגן פארקערט?
לכאורה נישט, ווייל דו שרייבסט אז ניטא קיין הוכחות אנטקעגן.

אתמהה
 
@אפענער ברענגט זייער גיט ארויס וואס איך זאג, אויב עס איז נישט דא קיין זמן קען זיין אז די וועלט איז שוין געווען אייביג, די איינציגסטע סיבה פארוואס א מענטש טראכט אז עס איז נישט מעגליך אזא זאך איז וויבאלד צייט דארף בהכרך אן אנהייב, אבער די וועלט דארף נישט.
 
דו זאג מיר... וויאזוי באשאפט זיך עפעס אליינס דאס ערשטע מאל?
די ביג בענג זאגט נישט אז פארדעם האט עקזיסטירט אבסאלוט גארנישט, עפעס האט עקזיסטירט און פון די עפעס איז געווארן די ביג בענג
 
אבער די סייענטיסטן זאגן אויך, אז ס'נישטא קיין רעש, און נישט קיין צייכן בכלל - לויט זייערע פארשונגען - בשעת די בענג איז געשען.
און צו ס'יא געשען צו נישט; אויב איז געווען פארדעם עפעס, ווער האט יענס געמאכט?
 
חוץ פון דעם וואס "באשאפן" איז אויך א טאל פון דעסקרייבן א פוינט אין צייט ("פריער" איז עס נישט געווען, "יעצט" איז עס יא דא) וועגן דעם איינמאל עס איז דא "זמן" קען נישט זיין אז "פריער" איז עס נישט געווען און "יעצט" איז עס יא דא, אן דעם וואס איינער וואס האט עס געמאכט דא זיין, אבער אויב איז נישטא קיין זמן דארף נישט זיין קיין cause.
 
Back
Top