זענא'ס פאראדאקס

די מנין וואו איך האב געדאווענט היינט שחרית האט זיך געשטעלט 8:00 שארף.
איך בין אריינגעקומען 8:15 - אינמיטן פסוקי דזמרא.

לאמיר זאגן איך דאווען פונקט 2/3 שנעלער ווי די עולם, דהיינו מיר נעמט נאר 20 מינוט צו זאגן וואס פאר זיי נעמט פונקט א האלבע שעה.

8:30 - האלטן זיי א האלבע שעה אריין, און לויטן חשבון וועל איך אנקומען צו דעם פלאץ 8:35 (20 מינוט פון ווען איך האב אנגעהויבן).

8:35 - איך בין טאקע אנגעקומען צו יענער פלאץ, אבער זיי האלטן שוין יעצט מיט 5 מינוט פאראויס - וואס וועט מיר נעמען נאך בערך 3 מינוט צו גרייכן.

8:38 - איך האב דעגרייכט יענער פלאץ, אבער זיי זענען שוין ווידער מיט א 3 מינוט פאראויס. וחוזר חלילה.

איז בכלל מעגליך איך זאל זיי אמאל דעגרייכן?
לכאו' גייען זיי אייביג האלטן מיט א פראקציע פאראויס פון מיר, וואס איך וועל דארפן נאכיאגן איינמאל איך האב געענדיגט נאכיאגן די פריערדיגע..

_____________

לאמיר אביסל טוישן די מעשה:

אנשטאט 8:15, קום איך אריין 8:10.

ע"פ חשבון וועל איך האלטן צוזאמען מיט די עולם 8:30 - ווייל וואס זיי זאגן אין א האלבע שעה נעמט פאר מיר פונקט 20 מינוט.

אלעס איז הערליך. נישט אזוי?!

איין מינוט!
לאמיר אבזערווירן וואס האט זיך אפגעשפילט 8:20.

זיי האלטן 20 מינוט אריין - וואס פאר מיר דארף ע"פ חשבון נעמען 13.3333 מינוט נאכצויאגן, דאס מיינט אז נאר 8:23 גיי איך זיך טרעפן וואו זיי האבן געהאלטן 8:20.

און איר זעט שוין וואו דאס פארט..

8:23 האב איך א פרישע 3 מינוט נאכצו-יאגן, און אזוי ביז אויס...
 
החכם @מי אני האט מיר צוגעצייכנט די אשכול אין קאווע שטיבל וואס שמועסט אויס ברייטער אסאך נקודות וואס ווערן דא דורכגעטון.
אקילעס און די טשערעפאכע - קאווע שטיבל
די אשכול דארט איז געעפנט געווארן דורך @פארוואס - ער קומט אריין קלאר מיטן מסביר זיין די פאראדאקס, און @מי אני טוט א גוטע (הויכגעשפריצטע) ארבייט עס צו אדרעסירן..

אויך ווערט די פאראדאקס - און די נושא פון צייט און מאטעמאטיק - דערמאנט אין אנדערע אשכולות דארט, דורך מי אני, פארוואס, שליח, עי"ש:
מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞ - קאווע שטיבל
ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן - בלאט 3 - קאווע שטיבל
שושנים #18: שאון השעון! - קאווע שטיבל
"דו גלייבסט אין ג-ט?" - בלאט 11 - קאווע שטיבל
דאס ריעמאן זעטאַ פאָנקשען און דאס ריעמאן היפאטעזיע - קאווע שטיבל
 
החכם @מי אני האט מיר צוגעצייכנט די אשכול אין קאווע שטיבל וואס שמועסט אויס ברייטער אסאך נקודות וואס ווערן דא דורכגעטון.
אקילעס און די טשערעפאכע - קאווע שטיבל
די אשכול דארט איז געעפנט געווארן דורך @פארוואס - ער קומט אריין קלאר מיטן מסביר זיין די פאראדאקס, און @מי אני טוט א גוטע (הויכגעשפריצטע) ארבייט עס צו אדרעסירן..
קוקט אויס אז @מי אני האלט אז די פאראדאקס איז נישט באמת פארענפערט. אויך ברענגט ער דא ארויס די טענה אז ספעיס קען נישט זיין צוטיילט פון חלקים מכח Geometry (עפעס וואס די רמב"ם טענה'ט אויך אין מורה הנ"ל)
 
😏😄
דאס איז רעפערענץ צו א צווייטע לעגענדע, די רעיס צווישן די האזל און דעם טורטל, די האזל איז געווען אזוי אראגאנט, אז אינמיטן וועג האט ער זיך אראפגעלייגט פאר א דרימל און די טורטל האט געוואונען. אין חדר ביי ענגליש איז עס געווען אין איינע פון די reading ביכלעך....

וויקיפידיע זאגט למעשה אז ס'איז יא וואריאציעס פון די זעלבע מעשה
The Tortoise and the Hare - Wikipedia
 
אין דעם פאלגענדע עפיסאד שמועסן אלעקס אקאנאר און זיין חבר ארום איבער דעם דאזיגן פאראדאקס, און ווי עס שיינט זענען זיי נאך אזוי צומישט דערין ווי מיר..

View: https://youtu.be/51YSsmv79uA?si=r1GtfSSlyLPmWX-R&t=3665s

בכלליות איז עס היבש א באלערענדע און אינפארמאטיווע פאדקאסט, ווי זיי שטעלן צו פילאזאפן איינער אנקעגן דעם צווייטן, ובתוך הדברים קען מען לערנען זייער אסאך איבער די מערסטע באקאנטע און פונדאמענטאלע ידיעות און דענקער אין פילאזאפיע.
 
אלעקס אקאונאר מיט זיין בריטישע כאריזמע דרייט אראפ דעם קאפ פון ChatGPT איבער דעם פאראדאקס. (פארפאסטס נישט דעם לעצטן מינוט):

View: https://www.youtube.com/watch?v=1qbiCKrbbYc

______________________________

פאלגענד איז א לעצטיגע פוסט פון ד"ר מיכאל אברהם מיט עפעס א מהלך צו פארענטפערן דעם פאראדאקס, איך האב פראבירט עס צו פארשטיין (הגם נישט גענוג שטארק), ווער ס'פארשטייט עס איז מכובד עס מסביר צו זיין בעסער.. עפעס טענה'ט ער אז זען אלעס אלס 'פרעימס' איז אן אומאקוראטע מאדעל פון רעאליטעט, ווען באמת האט יעדע זאך א וועלאסעטי אפי' אין די מאמענט וואס מיר באטראכטן עס 'שטייעדיג'.. וויאזוי דאס סאלווד עפעס האב איך נישט קיין אהנונג.

מבט שיטתי על סטטיות ודינמיות ( טור 705) - הרב מיכאל אברהם
 
😂
1000093460.jpg
 
Back
Top