צדיקים וואס האבן דערשמעקט

זית רענן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
422
רעאקציע ראטע
3,497
פונקטן
423
שוין א תקופה וואס ס'ליגט מיר אין מח דעם געדאנק, און איך קען נישט מחליט זיין צו ס'איז יש דברים בגו אדער נישט, האב איך באשלאסן עס אראפצושרייבן דא און הערן חוות דעתכם.

ס'איז באקאנט אז מ'זאגט אויף געוויסע צדיקים אז זיי האבן געקענט וויסן אויב מ'איז געווען יענעם טאג אין מקוה אדער נישט, דאס איז נישט סתם עפעס א מעשה וואס איינער האט דערציילט, נאר צענדליגע עדים וואס האבן דאס זעלבסט בייגעוואוינט.

יעצט, איך גיי נישט אריינגיין אין די מיסטישע כוחות וואס די צדיקים האבן פארמאגט, ווייל דאס איז את נושא וואס איך קען נישט און איך האב נישט וואס אריינצורעדן דארט, אבער דעם פשוטו של מקרא וויל איך יא פראבירן צו פארשטיין.
אן אינטערסאנטע צופאל וואס איך האב באמערקט איז, אז די צדיקים אויף וועם מ'זאגט די עדות דערויף, האבן כמעט נישט געגעסן, ממש כל ימיהם היו שרויים בתענית וברעבון. נאך אן אינטערסאנטע צופאל, אז ווען א מענטש איז הונגעריג שארפט זיך נאטירליך זיין חוש הריח דורך דעם 'גרעלין' הארמאון וואס דער מח פראדוצירט (פון אן עוואלוציאנארע שטאנדפונק; כדי אז דער מענטש (בע"ח) זאל קענען גרינגער טרעפן עסן).

נאך אן אינטערסאנטע פאקט איז, אז אמאליגע מקוואות האבן געהאט א שטארקן ריח, אי ווייל מ'האט עס נישט געטוישט זייער אפט, אי ווייל מ'האט דארט אריינגערוקט תשעה קבין כלארין דבר יום ביומו.

און טאקע איינער וואס פלעגט גיין אין שויער נאכ'ן מקוה האט טאקע געקריגן א פסק פונעם רבי'ן 'וואָסער'.

איך לייג די זאכן נישט חלילה חוזר מאכן פון אפענע מופתים, נאר ענדערש צו פראבירן פארשטיין די נאטור וואס דער רבש"ע האט אריינגעשטעלט אין די בריאה.
 
אבער ער האט אויך געגעבן א פסק צו גיין אין וואסער אויב האט דער מענטש געהאט א מחשבה וואס האט זיך פארלענגערט ביזן שיעור קושי השעבוד

קען זיין אז ער האט אפי' געשמעקט דעם סימען, איינער וואס עסט נאר עלווע ביינאכט פרישטאג קען טאקע בעסער שמעקן.
 
דער מעשה האב איך נישט געהערט, ס'קען זיין אז ס'איז פון א משכיל וואס האט פראבירט חוזק מאכן און פראדוצירט דעם סיפור'ל, אדער קען זיין אז דער רבי האט אויך געהאט א שארפע חוש הראייה און דאס באמערקט מיט זיינע פליישיגע אויגן.
(עכ"פ ס'איז נישט קיין מעשה פון צענדליגע עדויות [עכ"פ כפי ידיעתי], און ס'פאדערט נישט צופיל טעאריעס)
 
דער ריבניצער רבי האט געהייסען פאר יעדען איינעם וואס קומט פון געשעפט ער זאל גיין אין וואסער ,ער האט פשוט פארשטאנען אש בנעורת ולא ידלק?אז מען קומט פון די שווקים און מען איז יונג איז לא ימלט אז די מקוה זאל נישט זיין רעלעוואנט , עס איז מציאות
 
אבער וואס טוהן יונגע נערווירענדע קינדער אין מקוה יעדע פרייטאג
אוי אש בנעורת ולא ידלק?:mad:

באשעפער איינציגער! טאטע קרוין!
 
די הייליגע ריבניצער האט כמעט יעדעם געפרעגט אויב ער איז געוועהן אין מקוה, דער ואוס איז געוועהן האט געזאגט יא, און פארגעסן פון די מעשה. ווער ס׳איז נישט געוועהן, האט געזאגט "פשי!!! פון ווי ווייסט ער?????" און דערציילט נאך די מעשה פיפציג יאהר שפעטער
 
גיי פאר העלפ
סיריעסלי נא פריקען ריזען
זיי האבן נישט קיין סיבה צו גיין דארט נישט ברוחניות נישט בגשמיות נישט אידישקייט נישט גויאישקייט נעווער
 
ביסט גערעכט אז זיי באלאנגען נישט אין מקוה, אבער אז דו ריפסט עס אן אש בנעורת איז גיי פאר טעראפי.
 
איך רעד נישט פאר איהם.

איך מיין אז ער האט געמיינט צו זאגען אז דער טעם פון אש בנעורת ולא ידלק איךז נישט שייך ביי זיי, טא פאר וואס ברענגט מען זיי אז ס'איז נישט קיין שום תועלת?
 
שוין א תקופה וואס ס'ליגט מיר אין מח דעם געדאנק, און איך קען נישט מחליט זיין צו ס'איז יש דברים בגו אדער נישט, האב איך באשלאסן עס אראפצושרייבן דא און הערן חוות דעתכם.

ס'איז באקאנט אז מ'זאגט אויף געוויסע צדיקים אז זיי האבן געקענט וויסן אויב מ'איז געווען יענעם טאג אין מקוה אדער נישט, דאס איז נישט סתם עפעס א מעשה וואס איינער האט דערציילט, נאר צענדליגע עדים וואס האבן דאס זעלבסט בייגעוואוינט.

יעצט, איך גיי נישט אריינגיין אין די מיסטישע כוחות וואס די צדיקים האבן פארמאגט, ווייל דאס איז את נושא וואס איך קען נישט און איך האב נישט וואס אריינצורעדן דארט, אבער דעם פשוטו של מקרא וויל איך יא פראבירן צו פארשטיין.
אן אינטערסאנטע צופאל וואס איך האב באמערקט איז, אז די צדיקים אויף וועם מ'זאגט די עדות דערויף, האבן כמעט נישט געגעסן, ממש כל ימיהם היו שרויים בתענית וברעבון. נאך אן אינטערסאנטע צופאל, אז ווען א מענטש איז הונגעריג שארפט זיך נאטירליך זיין חוש הריח דורך דעם 'גרעלין' הארמאון וואס דער מח פראדוצירט (פון אן עוואלוציאנארע שטאנדפונק; כדי אז דער מענטש (בע"ח) זאל קענען גרינגער טרעפן עסן).

נאך אן אינטערסאנטע פאקט איז, אז אמאליגע מקוואות האבן געהאט א שטארקן ריח, אי ווייל מ'האט עס נישט געטוישט זייער אפט, אי ווייל מ'האט דארט אריינגערוקט תשעה קבין כלארין דבר יום ביומו.

און טאקע איינער וואס פלעגט גיין אין שויער נאכ'ן מקוה האט טאקע געקריגן א פסק פונעם רבי'ן 'וואָסער'.

איך לייג די זאכן נישט חלילה חוזר מאכן פון אפענע מופתים, נאר ענדערש צו פראבירן פארשטיין די נאטור וואס דער רבש"ע האט אריינגעשטעלט אין די בריאה.
וואס איז די שאלה? בעלזער רב ווען ער האט געזעהן אז יוד מיט קנעפלעך אין גאליציע, האט ער געקענט זעהן א משומד אין פאריז...

דיין שאלה איז נישט פיזיש, ווייל פיזיש קען איעדער זעהן. למעשה, נישט פיזיש איז אויך דא מציאות צו זעהן געפילן פון א מענטש אן קיין וויסען קיין פאקטן. א מענטש וואס איז אויף געפרישט פון א ווארימע מקוה גיבט ארויס אן אנדערע vibe ווי איינער האט בלויז געשווענקט די פנים.

פון א ספיריטואלע בליק, איינער וואס איז זיך געגאנגען טוב'לן לשם שמים, נישט כטובל ושרץ בידו, האט מן הסתם אזא איידעלע הכנעה'דיגע באוועגונג, און דאס קענען הייליגע יודען מרגיש זיין...
 
לעצט רעדאגירט:
לעצטנס געהערט פון ר' משה עבער אויף די זכו שיעורים בזה"ל: ווער ס'קען זען זעט קלאר אויף א מענטש אויב ער איז געווען אין מקוה אדער נישט.

משמע אז ער זעט אויך...
 
איך בין נאכנישט אין די מדריגה צו שפירן אויב איינער איז געווען און מקוה אבער א שאוער קען איך יא שפירן....
 
דאס איז זיכער אז אלע צדיקים האבן געקענט זעהן אויף אלע שיינע הייסע בחורים אז זיי זענען די שענסטע און די בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט.
 
וואס איז די שאלה? בעלזער רב ווען ער האט געזעהן אז יוד מיט קנעפלעך אין גאליציע, האט ער געקענט זעהן א משומד אין פאריז...

דיין שאלה איז נישט פיזיש, ווייל פיזיש קען איעדער זעהן. למעשה, נישט פיזיש איז אויך דא מציאות צו זעהן געפילן פון א מענטש אן קיין וויסען קיין פאקטן. א מענטש וואס איז אויף געפרישט פון א ווארימע מקוה גיבט ארויס אן אנדערע vibe ווי איינער האט בלויז געשווענקט די פנים.

פון א ספיריטואלע בליק, איינער וואס איז זיך געגאנגען טוב'לן לשם שמים, נישט כטובל ושרץ בידו, האט מן הסתם אזא איידעלע הכנעה'דיגע באוועגונג, און דאס קענען הייליגע יודען מרגיש זיין...
א תשעה קבין טוש קען עס אויך מאכן מיט די ריכטיגע כוונות שטייצעך🤣
 
לעצטנס געהערט פון ר' משה עבער אויף די זכו שיעורים בזה"ל: ווער ס'קען זען זעט קלאר אויף א מענטש אויב ער איז געווען אין מקוה אדער נישט.

משמע אז ער זעט אויך...
איך בין נישט אויף אזא מעכטיגע מדריגה, אבער ביז 15 מינוט נאכן ארויסקומען פון מקוה קען איך עס באמערקן.
 
דער ריבניצער רבי האט געהייסען פאר יעדען איינעם וואס קומט פון געשעפט ער זאל גיין אין וואסער ,ער האט פשוט פארשטאנען אש בנעורת ולא ידלק?אז מען קומט פון די שווקים און מען איז יונג איז לא ימלט אז די מקוה זאל נישט זיין רעלעוואנט , עס איז מציאות
אינטערסאנט..
איינער וואס איז פארנומען מיט קונדן איז געווענליך נישט פנוי צו די מחשבות, ועיי' ע"ז דף כ:.
די כולל באנק שטופערס וואס זענען הולכי בטל, יושבי קרנות, הולכי רכיל, מהרהרים אחרי אשת חברם, זיי וואלטן געדארפט גיין.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top