זאכן וואס איך וויל וויסן

אסאך מאל האט מען וואס צו שרייבן נאר מ'איז נישט אין די גיסטע פון שרייבן, אדער פילט עס נישט גענוג וויכטיג מיטצוטיילן מיטן ברייטן ציבור. איך קום דא בעיקר צו ליינען פון אנדערע, מיינע אייגענע געדאנקען ווייס איך שוין...
גארנישט איז נישט נישט גענוג וויכטיג!!! (יעדע "נישט" איז אויסגערעכנט)

ס'נישט קיין קעבינעט מיטינג דא, ס'איז א קרעמל.

אויב דו פילסט יא ווי ס'איז א קעבינעט מיטינג, ביזט דאך אבער נישט ווייניגער ווי טראמפ...
 
אנטשולדיגט פארן אפ'פסקנן צו שנעל. כ'האב מורא געהאט אז מענטשן וועלן זיך נעמען פירקלן מיט קשיות ווען זיי ווייסן די תירוצים

אש שחורה ווערט צעפייערט און פארשווארצט, דאן מעקט ער געווענדליך אויס די קריטיק.
 
אנטשולדיגט פארן אפ'פסקנן צו שנעל. כ'האב מורא געהאט אז מענטשן וועלן זיך נעמען פירקלן מיט קשיות ווען זיי ווייסן די תירוצים

אש שחורה ווערט צעפייערט און פארשווארצט, דאן מעקט ער געווענדליך אויס די קריטיק.
איהר זענט אנטשולדיגט
אבער איהר קענט שרייבן אייער מיינונגען איידערן זיך צופייערן און עס וועט זיין אש שחורה על גבי אש לבנה.....
 
ניתוחי מתים.
וואס איז די איסור? איז בכלל דא א איסור? פארוואס ווערן די קנאים אזוי געטריגערט פון דעהם?
 
ניתוחי מתים.
וואס איז די איסור? איז בכלל דא א איסור? פארוואס ווערן די קנאים אזוי געטריגערט פון דעהם?
דער נודע ביהודה איז דער ראש המדברים וואס ער אסר׳ט אפילו פאר דאקטוירים זיך צו לערנען, וועגען איסור ניוול המת, כאטש די דאקטוירים וועלן קענען מציל זיין אנדערע דורך דעם איז עס דאך פיקוח נפש
זאגט ער אז וויבאלד,די פיקוח נפש איז נישט און פראנט פון דיר ,איז נישט עס קיין פיקוח נפש.
 
אויב אזוי פארוואס זענען אידן נישט תורם קיין ארגאנען, ווען עס קען ראטעווען לעבנס

אגב וואס איז די איסור פון 'ניוול המת'

נ.ב. איך האב געהערט אמאל פון גארדאן אויף קול מבשר ווי ער האט זייער שיין צילייגט די גאנצע נושא..... אבער כ'געדענק שוין נישט די דיטעילס.... עס ליגט מיר אין קאפ אז איך בין געווען מורא'דיג שאקט אויף וואס די איסור פונקליך איז און אז עס איז דא גענוג סיבות להתיר.
צי דיין שאלה פארוואס די קנאים ווערן געטריגערט, די דארפסט באמת א תירוץ??
(פרעג זיי נישט ווייל זיי ווייסן אויך נישט)
 
לכאורה איז דער פראבלעם פון תורם זיין ארגאנען שהנפש תלויה בהם,ווייל מען דארף עס ארויס נעמען ווען לויט די הלכה הייסט נאך דער תורם בחיים. די הלכה זאגט פון פסוק אשר נשמה באפו, אז כל זמן עס איז דא א אטהעם הייסט מען לעבעדיג,צו קענען מאכען א טרענספלענט פון א הארץ אדער א לונג וכדומה, דארף מען אהנעמען אז מען קוקט אויף מח עקטיוויטי, אז מען דעטעקט נישט קיין עקטיוויטי אינדעם מח ווערט מען סייענטיפיקעלי דעסיגנעיטעט
טויט און מען קען שוין ארויס נעמען.
די רבנות הראשית האט עקסעפטעט די מח טויט אלץ אהקעי, און אזוי מאכט מען טאקע אין ארץ ישראל טרענפלענטס.
 
אויב אזוי פארוואס זענען אידן נישט תורם קיין ארגאנען, ווען עס קען ראטעווען לעבנס

אגב וואס איז די איסור פון 'ניוול המת'

נ.ב. איך האב געהערט אמאל פון גארדאן אויף קול מבשר ווי ער האט זייער שיין צילייגט די גאנצע נושא..... אבער כ'געדענק שוין נישט די דיטעילס.... עס ליגט מיר אין קאפ אז איך בין געווען מורא'דיג שאקט אויף וואס די איסור פונקליך איז און אז עס איז דא גענוג סיבות להתיר.
צי דיין שאלה פארוואס די קנאים ווערן געטריגערט, די דארפסט באמת א תירוץ??
(פרעג זיי נישט ווייל זיי ווייסן אויך נישט)
נישט ממש בענין זה האב איך אמאל געזען אין שבט הלוי וועגן הארץ טרענספלענטס
שרייבט ער בשם א ראשון אז ורפא ירפא גייט נאר אן אויף רפואות חוץ נישט אויף אברים פנימים
 
נישט ממש בענין זה האב איך אמאל געזען אין שבט הלוי וועגן הארץ טרענספלענטס
שרייבט ער בשם א ראשון אז ורפא ירפא גייט נאר אן אויף רפואות חוץ נישט אויף אברים פנימים
עס איז מסתבר אויף די צייט פון די ראשון ווען מען האט נישט גיקענט אריינקוקען אין די אברים פנימיים
בחיים פון א פאציענט - אבער כהיום אז עס איז דא די עקסרעי און סקענער טעכנאלאגיע, זענען אלע איברים בכלל ורפא ירפא מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות .
 
ניין 🥹🫣
כ'ווער געטריגערט פונקט ווי יעדעם.
-

גאוה

כ'קען נישט דערליידן מושי'ס בלאזן פון זיך, יעדע דריטע ווארט איז ווי גוט ער איז, ער מיינט ער איז בעסער פון די גאנצע וועלט.

כ'האב עס נישט ליב, ווייל איך קלאפ אראפ מיין אינערליכן קול וואס זאגט מיר וואס איך בין גוט און אז איך זאל שיינען ליכטיגקייט.
און איך וויל אויך טוהן אסאך מער גוטס, אבער איך דערשטיק עס מיטן שרעק פון ווערן אוועקגעמאכט. און דערפאר האב איך קנאה אויף אים.
דער קלאפער קול האב איך שוין זייט מ'האט מיר אראפגעקלאפט אלץ קינד.
ווי אזוי מ'פילט כלפי זיך, פילט מען כלפי א יעדעם.

יעצט. צוריק צו מושי. ער איז באמת א לב טוב, ער וויל געבן און העלפן מענטשן. ער ווייסט אז ער איז באשאנקן מיט מעלות און כשרונות און מיט רעזיליענס. ער מיינט אז יעדער איז פריילעך מיט זיינע געווינסען און כאפט נישט אז שעפטי איז אים מקנה און אויך אינערליך מוחה אויף זיין איבערגעבלאזענע קאנפידענס, פונקט ווי שעפטי איז מוחה אין זיך.
-

פנים זועפות

אמאל דאכצעך מיר אז איינער האט מיר נישט ליב, ווען יענער איז אפשר פונקט פארנימען מיט זייער אייגענע אינערליכע טריגערס און מענטשליכע געראנגלנישן, אבער אין מיין פערסעפשאן האט ער נישט געשמייכלט צו מיר, וכדו'.
און כ'פיהל דעם זעלבן אומזיכערקייט און בושה וואס כ'פיהל שוין אסאך יאהרן זייט כ'האב עקספיריענסט נישט שפירן אקאצעפטירט ביי מיינע עלטערן.
פיהל איך שלעכט כלפי יענעם, ווייל ס'פיהלט זיך ווי ער איז נישט מסכים אין מיין עקזיסטענץ, און דעם געפיהל איז פאר מיר אלץ קינד געווען אזוי ווי א לעבנס געפאר.

צוריק צום בעל פנים זועפות, ער איז באמת אזוי באליבט, ער מוטשעט זיך.
-

אנשטאט פון זיין א וירא בסבלותם, דארף איך קודם אפטיילן און זעהן מיין אייגענע ליידענישן אין 'מיר' אז כ'ווער געטריגערט, דאן קען איך זעהן אז כ'האב זיי באמת ליב.

ס'דא מצבים ווי ס'ווערט מסודר אין א פאר מינוט. אבער ביי רוב פעלער און מענטשן וואס איך ווער געטריגערט געשעהט עס כמעט יעדעס מאל פון פריש! 🥹🫣💔

כ'מיין אז כ'דארף דאס אקאצעפטירן, ווייל ס'איז א חלק פון מיין האבן א מענטשליכער עקספיריענס. אזוי זענען מיר.
מיר האבן א פיפיק אויכעט, און ס'טוט גוט פאר אונז, ס'מיינט אונזער גוטס.

מחול לי
מוחל לך
איי לאוו מי
איי לאוו יו
 
אויב איך גלייב אז גאט האט באשאפן די וועלט און פירט די וועלט אבער איך גלייב נישט ער טיילט שטראפן, בין איך קאנסידערט א כופר?
 
אויב איך גלייב אז גאט האט באשאפן די וועלט און פירט די וועלט אבער איך גלייב נישט ער טיילט שטראפן, בין איך קאנסידערט א כופר?
אמונה אין שכר ועונש, איז פארט ענד פארסעל פון די עיקרי אמונה, רבי יוסף אלבו רופט דאס אהן השגחה לשכר ועונש , ( ער איז מצמצם צו דריי עיקרים - מציאות ה׳,תורה מן השמים , השגחה לשכר ועונש) ווי אזוי דאס,
ווערט אויס געפיערט בפועל,איז גאנץ קאמפליצירט, ווייל אין די וועלט איז דאך דא צדיק ורע לו רשע וטוב לו , מוז מען אריינברענגען אין די איקוועישען די נעקסטע וועלט,פונדארט ווייסט דער מענטש זייער ווייניג, נאר פון רמזים און נאר די שפעטערע האבען שוין געמאכט ציורים מיט דיטעילס וואס זענען אלע משלים -ואנחנו לא נדע, נאר לעבוד את ה׳,און עס וועט אמאהל גוט זיין .
 
אויב איך גלייב אז גאט האט באשאפן די וועלט און פירט די וועלט אבער איך גלייב נישט ער טיילט שטראפן, בין איך קאנסידערט א כופר?
וואס מיינט דו גלייבסט נישט אין שכר ועונש? דו האלטסט נישט אז מענטשן וואס פירן זיך אויף גוט האבן א בעסערע לעבן ווי שלעכטע מענטשן? דאס איז די שכר ועונש וואס ספר משלי שטעלט אראפ.

חוץ מזה איז דאך דא די חז"ל שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, און אויף יענע וועלט איז דאך דא די הבנה פונעם רמב"ם אז די ריכטיגע ידיעות וואס מ'האט קונה געווען בלייבט אויף אייביג און דאס אליינס איז די שכר.
 
  1. ס'דאך נישט ממש אזוי, מ'זעהט גענוג מענטשן וואס טוען נישט דעם רצון השם און ס'גייט זיי גוט און פארקערט אויך.
  2. חז"ל האלט פארקערט פון משלי איי געס, לויט חז"ל וואס איז די שטראף אויבן?
 
  1. ס'דאך נישט ממש אזוי, מ'זעהט גענוג מענטשן וואס טוען נישט דעם רצון השם און ס'גייט זיי גוט און פארקערט אויך.
  2. חז"ל האלט פארקערט פון משלי איי געס, לויט חז"ל וואס איז די שטראף אויבן?
רצון השם איז אז א מענטש זאל זיך אויפירן אין א גוטע וועג. מענטשן וואס פירן זיך אויף גוט האבן בדרך כלל א בעסערע לעבן ווי מענטשן וואס פירן זיך נישט אויף גוט. מיינט דאס אז ער קען נישט קראנק ווערן אדער שטארבן פון אן עקסידענט? ניין. אבער א לעבן אויף א גוטע וועג מאכט א מענטש א גוטע לעבן.

פארוואס האלטסטו אז חז"ל האבן געקריגט, דא האסטו עטליכע מקורות אין חז"ל וואס גייען מיט די זעלבע בליק.

משנה אבות ב ו: אף הוא ראה גולגלת אחת שצפה על פני המים. אמר לה, על דאטפת, אטפוך. וסוף מטיפיך יטופון.

און די רמב"ם איז עס שיין מסביר
הכוונה בזה המאמר שפעולות הרעות ישובו בראש עושיהם כמו שאמר עונותיו ילכדונו את הרשע וגו׳ ואומר בור כרה ויחפרהו ואמרו חכמים במדה שאדם מודד בה מודדין לו וזה דבר הנראה לעין בכל עת ובכל זמן ובכל מקום שכל מי שיעשה רע ויחדש מיני החמס ופחיתיו׳ שהוא עצמו יוזק מן הרעות ההם בעצמם אשר חדש מפני שהוא למד מלאכה שתעשה נזק לו ולזולתו וכן כל המלמד מעלה שמחדש פעל טוב מן הטובות יגיעהו תועלת הפעל ההוא מפני שהוא מלמד דבר שיעשה טוב לו ולזולתו ודברי הכתוב בזה טובים מאד אמר כי פועל אדם ישלם לו.

בבא קמא נ:
ת"ר לא יסקל אדם מרשותו לרה"ר מעשה באדם אחד שהיה מסקל מרשותו לרה"ר ומצאו חסיד אחד אמר לו ריקה מפני מה אתה מסקל מרשות שאינה שלך לרשות שלך לגלג עליו לימים נצרך למכור שדהו והיה מהלך באותו רה"ר ונכשל באותן אבנים אמר יפה אמר לי אותו חסיד מפני מה אתה מסקל מרשות שאינה שלך לרשות שלך:

עס זענען דא נאך אזעלכע פלעצער. זענען דא אויך אנדערש? יא. אבער דאס איז שוין אמונות הכרחיות.
 
Back
Top