ניין


כ'ווער געטריגערט פונקט ווי יעדעם.
-
גאוה
כ'קען נישט דערליידן מושי'ס בלאזן פון זיך, יעדע דריטע ווארט איז ווי גוט ער איז, ער מיינט ער איז בעסער פון די גאנצע וועלט.
כ'האב עס נישט ליב, ווייל איך קלאפ אראפ מיין אינערליכן קול וואס זאגט מיר וואס איך בין גוט און אז איך זאל שיינען ליכטיגקייט.
און איך וויל אויך טוהן אסאך מער גוטס, אבער איך דערשטיק עס מיטן שרעק פון ווערן אוועקגעמאכט. און דערפאר האב איך קנאה אויף אים.
דער קלאפער קול האב איך שוין זייט מ'האט מיר אראפגעקלאפט אלץ קינד.
ווי אזוי מ'פילט כלפי זיך, פילט מען כלפי א יעדעם.
יעצט. צוריק צו מושי. ער איז באמת א לב טוב, ער וויל געבן און העלפן מענטשן. ער ווייסט אז ער איז באשאנקן מיט מעלות און כשרונות און מיט רעזיליענס. ער מיינט אז יעדער איז פריילעך מיט זיינע געווינסען און כאפט נישט אז שעפטי איז אים מקנה און אויך אינערליך מוחה אויף זיין איבערגעבלאזענע קאנפידענס, פונקט ווי שעפטי איז מוחה אין זיך.
-
פנים זועפות
אמאל דאכצעך מיר אז איינער האט מיר נישט ליב, ווען יענער איז אפשר פונקט פארנימען מיט זייער אייגענע אינערליכע טריגערס און מענטשליכע געראנגלנישן, אבער אין מיין פערסעפשאן האט ער נישט געשמייכלט צו מיר, וכדו'.
און כ'פיהל דעם זעלבן אומזיכערקייט און בושה וואס כ'פיהל שוין אסאך יאהרן זייט כ'האב עקספיריענסט נישט שפירן אקאצעפטירט ביי מיינע עלטערן.
פיהל איך שלעכט כלפי יענעם, ווייל ס'פיהלט זיך ווי ער איז נישט מסכים אין מיין עקזיסטענץ, און דעם געפיהל איז פאר מיר אלץ קינד געווען אזוי ווי א לעבנס געפאר.
צוריק צום בעל פנים זועפות, ער איז באמת אזוי באליבט, ער מוטשעט זיך.
-
אנשטאט פון זיין א וירא בסבלותם, דארף איך קודם אפטיילן און זעהן מיין אייגענע ליידענישן אין 'מיר' אז כ'ווער געטריגערט, דאן קען איך זעהן אז כ'האב זיי באמת ליב.
ס'דא מצבים ווי ס'ווערט מסודר אין א פאר מינוט. אבער ביי רוב פעלער און מענטשן וואס איך ווער געטריגערט געשעהט עס כמעט יעדעס מאל פון פריש!


כ'מיין אז כ'דארף דאס אקאצעפטירן, ווייל ס'איז א חלק פון מיין האבן א מענטשליכער עקספיריענס. אזוי זענען מיר.
מיר האבן א פיפיק אויכעט, און ס'טוט גוט פאר אונז, ס'מיינט אונזער גוטס.
מחול לי
מוחל לך
איי לאוו מי
איי לאוו יו