זאכן וואס איך וויל וויסן

ווען האבן די היימישע פרויען אנגעהויבן אנטון בענדס? ווען מען קוקט אויף פיקטשערס פון פערציג יאר צוריק זעט מען אדער פלענע שייטעל אדער שפיצעל אדער העט. ווען האבן זיך די בענדס אנגעהויבען?

ב. ווער זענען די פרויען מיט בענדס? זענען די פלענע שייטלעך פרומער געווארן און ארויפגעלייגט א בענד, אדער זענען די העטס קילער געווארן און זיך מצמצם געווען צי א בענד?
בפשטות זענען די העטס קלענער געווארן און געווארן א בענד
 
בפשטות זענען די העטס קלענער געווארן און געווארן א בענד
נישט ממש. אסאך האבן געוואלט, צו פאר שידוכים צו וואס, אנטוהן עפעס אויף די שייטל אלס היכר. אבער זענען נישט גרייט געווען צו גיין א העט. מיט די צייט האבן אסאך העט טראגער דאס אדאפטירט
 
ווען האבן זיך די בענדס אנגעהויבן?
 
Does this mean
אז ועד הצניעות גייט אנהייבן ניצן טעכנאלאגיע
צו לאקערן אויף המון עם?


אדער אפשר וועלן די רע-בנים נישט וועלן מ׳זאל אויסגעפינען וואס זיי טראכטן ממילא וועט עס נאך אלס זיין טריף?

אדער גאר אפשר וועט עס ווערן כשר נאר אויף צו ניצן פאר א פשוט׳ע איד, אבער נישט אויף קיין מנהיג?



View: https://www.instagram.com/reel/DRAb2SekWca/?igsh=MWZzeTBqNW9xZDN4NQ==
 
לעצטנס זעה איך ווידיאוס פון דעם לעכטיגן איד ארומפארן, ווייסט איינער ווער דאס איז און ווי מען קען זעהן זיינע שיעורים?
View: https://x.com/hasidic_1/status/1994929527990927798?s=61
Rabbi Yisrael mozes

ער הייסט ישראל מאזעס אן אייניקל פון מנחם אליעזר מאזעס
 
אנע פראנק'ס טוגבוך איז געווארן איבערגעטיישט אויף אידיש? אויב נישט, אויב איינער קען ביטע ברענגן א לינק אויף ענגליש.

(איך האב אנגעהויבן ליינען @כספי אביסל)
 
וויאזוי באקומט מען עקסעס צו ליינען אין מאחורי?
 
אנע פראנק'ס טוגבוך איז געווארן איבערגעטיישט אויף אידיש? אויב נישט, אויב איינער קען ביטע ברענגן א לינק אויף ענגליש.

(איך האב אנגעהויבן ליינען @כספי אביסל)
אויף ענגליש איז דא לפחות צוויי תרגומים. אויף אידיש בין איך נישט זיכער.

גראדע האב איך ביי מיר די טערקישע ווערסיע, און עס איז אויך דא א יאפאנעזישע ווערסיע. כ'זאג נאר...
 
וואס איז שמועס ?
א אידישע טוויטער?
API?
 
Back
Top