ס'געווען אמאל א געשיכטע מיט א גרופע וואנדערער וועלכע זענען אנגעקומען צו די הרי חושך, אינמיטן וועג האבן זיי אנגעטראפן א בארג וואס די לאקאלע איינוואוינער פלעגן רופן אייזבארג על שם די אייזן וואס זיי פלעגן פון דארט ארויסגראבן, זיי האבן פראבירט ארויפצוקריכן ביז אויבן, די לאקאלע מענטשן האבן זיי שטארק אפגערעדט דערפון, למעשה צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, זיי האבן זיך אנגעפיפן און יא ארויף, ווען זיי זענען אנגעקומען צום שפיץ האט זיך דער שלעפער פון די גרופע אנגערופן 'דאס איז נאר די שפיץ פונעם אייזבארג', דער עולם האט גלייך אנגעהויבן מאכן קולות אויף אים מיינענדיג ער האט געזאגט 'שמוץ פונעם אייזבארג'..