צניעות, קליידער, ביי אינגלעך

יא, מיר האבן געהאלטן אז עס איז מיאוס, איר מעגט מחולק זיין, אבער מען מעג האלטן די קאפ גראד,
און מען מוז נישט אלעס בלעימען די סיסטעם,
עס איז דא גענוג אמת'ע טענות אויף די סיסטעם,
און עס איז דא גענוג וואו מען קען זייער גוט פארשטיין וואס זיי ווילן,
עס איז גוי'איש, און "רוב" וואס ווילן אזוי גיין, ווילן אזוי גיין ווייל דער גוי גייט אזוי! אבער חוץ מזה איז דאס מיאוס
מ'רעדט נישטא פון "די סיסטעם" מרעדט דא פון א ספעציפישע נושא, און אז מ'רעדט שוין, מ'מוז נישט אייביג דיפענדן די סיסטעם.

אז דו שטיצט איינטיילן מענטשן וואסערע וועש אנצוטון, כל הכבוד, אבער איטס נאט סאמטינג טא ברעג.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז אין שו"ע אבן העזר,
נאר אזוי ווי מען קען אנהייבן זיך טענה'ן [וואס עס גייט אלץ אריין אין דאס וואס די שו"ע רעדט,] און עס וועט נישט נעמען קיין עק,
האב איך געזאגט אז עס איז אויך פראסט און נישט איידל,
אבער יא עס איז אין שו"ע אבן העזר איך קוק נישט יעצט נאך, ממילא האב איך נישט די פונקטליכע פלאץ צו סי' כ"ו אדער כ"ז,
סימן כ"ג סעיף ו
 
עס איז נישט כדאי זיך צו טענה'ן איבער די הלכה, עס איז נישט נאר איבער זען די אבר, עס איז אויך איבער זיין זייער טייט אויף די אבר, און נאכאמאל איך וויל נישט דא אריינגיין,
אבער אפילו מיט די העמדער, גיי ביי תחנון אין א חדר, און גיב א קוק אויף זייער אסאך פון די נייע העמדער און הויזן ווי די קינדער ווערן אויפגעדעקט, און מען טאר פשוט נישט עפ"י הלכה אזוי דאווענען,
און דאס איז נאר פון די קליינע זאכן,
און יא נעבעך קליינע קינדער [איך רעד אפילו ביז כתה ג' ] קענען זיך נישט אליין ארויפציען, אזוי טייט איז די הויזן, און אויב ח"ו וועט א רבי הלעפן דעם קינד, וועט מען איהם באשולדיגן אלס מאלעסטער,
איך וויי אז איך בלאז אביסל אויף, אבער אזוי איז עס,
די חדר איז נישט מחוייב צו דילן דערמיט, שיק ערגעץ אנדערש, אויב דיין זוהן מוז אזוי גיין
 
און יא נעבעך קליינע קינדער [איך רעד אפילו ביז כתה ג' ] קענען זיך נישט אליין ארויפציען, אזוי טייט איז די הויזן,
דאס טאר טאקע נישט זיין, אויב די תקנה איז נאר פאר דעיס האב איך נישט קיין פראבלעם, דאס איז נישט די רוב.

איך האב שוין אפאר מאל געהאט מיט מיין כתה ב' אינגל וואס זיין הויזן איז פשוט געווארן אביסל אויסגעוואקסן, און די מנהל האט אים משוגה געמאכט דערוועגן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס הייבט נישט אן צו זיין באקוועם, איך פארשטיי נישט פארוואס מגייט דערמיט
 
עס איז נישט כדאי זיך צו טענה'ן איבער די הלכה, עס איז נישט נאר איבער זען די אבר, עס איז אויך איבער זיין זייער טייט אויף די אבר, און נאכאמאל איך וויל נישט דא אריינגיין,
אבער אפילו מיט די העמדער, גיי ביי תחנון אין א חדר, און גיב א קוק אויף זייער אסאך פון די נייע העמדער און הויזן ווי די קינדער ווערן אויפגעדעקט, און מען טאר פשוט נישט עפ"י הלכה אזוי דאווענען,
און דאס איז נאר פון די קליינע זאכן,
און יא נעבעך קליינע קינדער [איך רעד אפילו ביז כתה ג' ] קענען זיך נישט אליין ארויפציען, אזוי טייט איז די הויזן, און אויב ח"ו וועט א רבי הלעפן דעם קינד, וועט מען איהם באשולדיגן אלס מאלעסטער,
איך וויי אז איך בלאז אביסל אויף, אבער אזוי איז עס,
די חדר איז נישט מחוייב צו דילן דערמיט, שיק ערגעץ אנדערש, אויב דיין זוהן מוז אזוי גיין
וואס דרייסטו א קאפ

רוב עולם גייט אנגעטאן נארמאל
און אפילו העמדער וואס דעקן זיך אויף מעג מען אזוי דאווענען

די חיידר דארף טאקע נישט דיעלן מיט קיינעם און זיי מעגן מאכן א תקנה אז מיז קומען מיט קוטשמעס

עס מאכט זיי אבער נישט אויס קאנטראל פריקס און בהמות
 
אלע פארפירער'ס זאלן זיך בארואיגן!
און אנהייבן אדורכטראכטן אן קיין נגיעות,
עס איז נישט נארמאל, ווי אזוי מאמעס טוען אהן זייערע קינדער!
איך לדעתי אויב מען מאכט אזא גרויסע אויסוואל וואס מען קען יא אנטוהן פאר די קינדער, און די בגדים זענען זייער לייטיש שיין, און גוטע סחורה, דאן אדרבה,
און דאס וואס מאנכע שרייען אז די מארקעט וועט ווערן קאנטראלט ביי צוויי גרוסיע קאמפעני'ס נאכ'ן קוקן אין די בראשור, און פרעגן איינע פון די וואס זענען עוסק דערין, זעט מיר אויס אז מען ארבעט מיט אלע קאמפעני'ס וואס ווילן זיך צושטעלן דערצו,
מען איס נישט דא צו בעקן קיין איין קאמפאני מער ווי א צווייטן, איך זעה דא כמעט אלע העמדער פון אלע היימישע קאמפאני'ס, עס זעט מיר אויס ווי צוביסלעך גייט מען צו מער און מער קאמפאניס
א"כ תבוא עליהם ברכה,
דאס באצווינגען עלטערן צו קויפן היימישע קאמפאניס, ווען מען קען קויפן אלגעמיינע ברענדס פאר ליטערלי האלב די פרייז, איז א אומדערהערטע זאך!

אונזער לייף סטייל איז נישט גענוג טייער, מען ברויך נאך דאבלען יעצט די קליידונג עקספענסעס?

איך רעד שוין נישט פון די עצם לייגן אזא דגוש אויף לבוש, א זאך וואס איז קיינמאל געווען, און האט נישט גארנישט מיט אידישקייט, גארנישט מיט רעליגיע, עס איז בלויז א סימפטאם פון א קולט ווי מען וויל דיר קאנטראלירן ביזן לעצטע האר.
 
גראדע איז עס מוראדיג באקוועם!
ממש אזוי?
עס איז באקוועם אנצוטוהן הויזן וואס מען דארף כמעט א זיפער צו קענען אריינלייגן די פיס, ווייל מען דארף דאס אדורכשטופן מיט געוואלד?
אדער עס איז פשוט מורא'דיג באקוועם אז מען קען זיך אנטוהן ווי א גוי?

נאכאמאל, טוט וואס איר ווילט, אבער פארקויפן אז דאס איז זייער באקוועם, איך מיין אז דאס איז מיסלידינג.
 
אויך ביי דער ליטווישע
 

בייגעלייגטע פיילס

  • דעת-הגרח-קניבסקי.webp
    דעת-הגרח-קניבסקי.webp
    105.5 KB · געזען: 31
דאס באצווינגן עלטערן צו קויפן היימישע קאמפאניס, ווען מען קען קויפן אלגעמיינע ברענגסט פאר ליטארלי האלב די פרייז.

איז א אומדערהערטע זאך!

אונזער לייף סטייל איז נישט גענוג טייער מען ברויך נאך דאבלען יעצט די קליידונג עקספענסעס?

איך רעדט שוין נישט פין די עצם לייגן אזא דגוש אויף לבוש א זאך וואס איז קיינמאל געווען.
אין האט נישט גארנישט מיט אידישקייט גארנישט מיט רעליגיע, עס איז בלויז א סימפטאם פין א קולט ווי מען וויל דיר קאנטראלירן ביזן לעצטע האר.
אויב מיינען זיי די באשעפער דא, זאלן זיי מאכן די קליידער די ביליגסטע אין געשעפט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
בעפאר איר וועט רעדן וועגן הלכה,
אדער מאלעסטער'ס,
עס איז פשוט און פראסט נישט איידל, און מיאוס,
ווען מען זעהט ארויס יעדע פרט פון די גוף פון א מענטש, פינטל.
עס איז א גרויל, און עס איז גויאיש
און פרעג דיר נאך, ביי די וואס האבן ארייגעברענגט די סטייל, [נישט ביי אונז, נאר ביים גוי] וואס זייער כוונה איז געווען
לייינענדיג די מעסעדזש האבעך פאר א מינוט געמיינט אז מען רעדט דא פין דורכזיכטיגע הויזן וואס מען זעט ממש אלעס דורך....

למעשה רעדט מען דא אינגאנצן פין פיטטעד הויזן וואס איז דזשאסט א שיינע לוק.

ווערסוס די בעגי ברייטע גארבעדש בעג הויזן וואס מען פלעגט אמאל טראגן...

איינער וואס זעהט עפעס מער ווי סתם פיטטעד הויזן ברויך זיך אויסטשעקן דעם קאפ...
 
ממש אזוי?
עס איז באקוועם אנצוטוהן הויזן וואס מןע דארף כמעט א זיפער צו קענען אריינלייגן די פיס, ווייל מען דארף דאס אדורכשטופן מיט געוואלד, ?
אדער עס איז פשוט מורא'דיג באקוועם אז מען קען זיך אנטוהן ווי א גוי?

נאכאמאל טוט וואס איר ווילט, אבער פארקויפן אז דאס איז זייער באקוועם, איך מיין אז דאס איז מיסלידינג
איך ווייס נישט, איך זאג דיר די מציאות ביי מיר, איך רעד פון מיין עקספיריענס.. עס איז זייער באקוועם ווען עס איז טייט
 
אויב מיינען זיי די באשעפער דא, זאלן זיי מאכן די קליידער די ביליגסטע אין געשעפט.
גראדע ביודעי ומכירי קאמינא, אז זיי ארבייטן אויף די ביליגסטע קאמפעני'ס וואס אלע קויפן, אז זיי זאלן אויך צושטעלן דאס וואס מען פארלאנגט אין די מוסדות.
זאכן געשעהן נישט אין איין טאג, און אסאך מאל אויך נישט אין א וואך, אבער ביי די מערכה זעהט אויס ווי זיי ארבייטן עכט שווער, און זיי קומען צוביסלעך אן זייער ווייט, און ווער עס וויל פאלגן, מאכט מען איהם זייער גרינג צו קענען פאלגן.
 
סעקסואליזירן קינדער אויף דעם אופן ברענגט מער מאלעסטעישן ווי סיי וועלכע סארט בגד. אוודאי דארפן עלטערן האבן שכל וויאזוי צו אנטוען זייערע קינדער, אבער צוען אויפמערקזאמקייט צו דעם און איינפלאנצן פון יונגווייז אָן אן אבסעסיע מיט די זאכן איז קאונטער פראדוקטיוו אויפן גרעסטן פארנעם.
מסכים אז איינפלאנצן אן אבסעסיע איז נישט גוט, און דעיס איז די פראבלעם וואס איך האב מיט די תקנות.
 
אלע א"ג פראבלעמען זענען סתם ספינס. מ'מעג לכתחילה גיין שמאלע הויזן, א קינד זיכער, מעלעסטערס איז ווייטער א ספין. קיינעם גייט עס נישט אן און ס'האט נישט ווי שיין די קינד זעט אויס.

ס'געפעלט דיר נישט יענעמ'ס סטייל, אדער דו האלסט אז יענער איז צופיל פארנומען מיט חיצוניות, גיי קיש דיר. ס'האט גארנישט צו טון מיט דיר.
אינעם מסגרת החינוך ווי אזוי מען זאל זיך קליידן ווען מען אטענדעט די שולע איז פארשטענדליך, און עס איז אנגענומען ביי בתי חינוך אלוועלטליך צו פארלאנגען אז די קליידונג זאל זיין אין א סערטן מסגרת.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top