צניעות, קליידער, ביי אינגלעך

אינדעם מסגרת החינוך ווי אזוי מען זאל זיך קליידען ווען מען אטענדעט די שוהלע איז פארשטעדליך, און עס איז אהנגענומען ביי בתי חינוך, וועלט ליל ,צו פארלאנגען אז די קליידונג זאל זיין אין א סערטן מסגרת .
גוט געענטפערט,
און אויב איינער וויל זיך נישט צושטעלן, מוז ער נישט שיקן אין דער מוסד,
אין כמעט יעדע שטאט, איז דא לכה"פ איין מוסד ווי איר קענט שיקן, וואס איז נישט אזוי שארף מיט די תקנות, אויב איר זענט נישט באקוועם מיט די תקנות פון די מוסד ווי איר שיקט, קענט איר שיקן דארט,
 
איך בין נישט קיין גרויסע תלמיד חכם..

אבער איך האב געהערט אז עס שטייט אין שולחן ערוך אז א מאנס פערזאן טאר נישט גיין מיט שמאלע הויזן ווייל עס קען ברענגען צו טראכטן פון די מענערישע אבר..
יא עס ווערט אדרעסירט אין די הלכה, אז מען זאל נישט אנטון הויזן וואס האבן געהאט א ספעציעלע ארומנעם פאר די אבר, וועגן הרהור, און פון דארט איז דא משמעות אויך אז די הויזן זאל נישט זיין צו שמאל,
און עס גייט אהן אפילו ביי קטנים, ווי משלי זאגט
חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה
 
גוט געענטפערט,
און אובי איינער וויל זיך נישט צושטעלן, מוז ער נישט שיקן אין דער מוסד,
אין כמעט יעדע שטאט, איז דא לכה"פ איין מוסד ווי איר קענט שיקן, וואס איז נישט אזוי שאףר מיט די תקנות, אויב איר זענט נישט באקוועם מיט די תקנות פון די מוסד ווי איר שיקט, קענט אירשיקן דארט,
איעדע מוסד מעג טוהן וואס זיי ווילן און מען דארף נישט שיקן צי זיי. נאכאלץ מעג מען שטיין אין די זייט און מסביר זיין אז די מוסד איז געפיהרט אויף א קראנקע וועג.
 
איעדע מוסד מעג טוהן וואס זיי ווילן און מען דארף נישט שיקן צי זיי. נאכאלץ מעג מען שטיין אין די זייט און מסביר זיין אז די מוסד איז געפיהרט אויף א קראנקע וועג.
קיינער האלט אייך נישט צוריק, אבער מען מעג אויך ענטפערן
 
בעפאר איר וועט רעדן וועגן הלכה,
אדער מאלעסטער'ס,
עס איז פשוט און פראסט נישט איידל, און מיאוס,
ווען מען זעהט ארויס יעדע פרט פון די גוף פון א מענטש, פינטל.
עס איז א גרויל, און עס איז גויאיש
און פרעג דיר נאך, ביי די וואס האבן ארייגעברענגט די סטייל, [נישט ביי אונז, נאר ביים גוי] וואס זייער כוונה איז געווען
וועלכע חלק שטערט דיך?
דזאסט אז סאיז נישט שיין? - סא טו עס נישט אן אז דו האסט עס נישט ליב, איך האב עס יא ליב, און איך וויל עס יא.
סאיז גויאיש? - נישט דיינע ביזנעס.
[גראדע אמאל איז קנעפלעך געווען גויאיש, און אמאל איז א גאפל געווען מאדערן, און אמאל איז א צוויי רעדלדיגע בייק געווען א שגץ בייק, סא וואס מיינט גויאיש, אפשר איז א קאר גויאיש ווייל א גוי איז אויפגעקומען מיט דעם???]
 
סתם ,פאר די וואס האבן דא אייביג ליב צו רעדן פון די גראז איז גרינער די אנדערע זייט, די וועג ווי סאטמאר'ע אין וויליאמסבורג טוען אן די קינדער טאג טעגליך אין וויליאמסבורג,עקזעסטירט נאר ממש אין וויליאמסבורג, עס האט זיך אויך אריבערגעכאפט צו אנדערע סאטמאר'ע געגענטער, סאיז נישט דא אין קיין איין אנדערע קרייז אדער להבדיל גוים, אפילו נישט א מענטעל,
ניטאמאל בארא פארק איז אזוי געשלאגן, סאיז קראנק אויף א נעקסטע לעוועל, עס האט לדעתי מיט דעם אז אין וויליאמסבורג ארבעטען די פרויען די ווייניגסטע, און ווערן משיגע מיטן טאג, און פארשטייט זיך קראנקע פיער פרעשור
 
וועלכע חלק שטערט דיך?
דזאסט אז סאיז נישט שיין? - סא טו עס נישט אן אז דו האסט עס נישט ליב, איך האב עס יא ליב, און איך וויל עס יא.
סאיז גויאיש? - נישט דיינע ביזנעס.
[גראדע אמאל איז קנעפלעך געווען גויאיש, און אמאל איז א גאפל געווען מאדערן, און אמאל איז א צוויי רעדלדיגע בייק געווען א שגץ בייק, סא וואס מיינט גויאיש, אפשר איז א קאר גויאיש ווייל א גוי איז אויפגעקומען מיט דעם???]
עקזעקטלי.
איך געדענק איינמאל אלס יונגל, האט איינער אריינגעשטעלט א קאווע מאשין אין אונזער שול.
איינער האט זיך גענומען שרייען - וואס א קאווע מאשין אין שול?? ווי פאסט עס אריין דא? (יא כ'ווייס אז היינט קוקט יענער אויס מאדנע)
מיין טאטע האט עם צוריק געפרעגט, פארוואס נישט?
און יענער האט פשוט נישט געהאט וואס צו ענטפערן.

די זעלבע זאך איז מיט אלע די תקנות.
 
דיין סיפא פארענטפערט דיין רישא, וויבאלד ס'געווארן אזא אבסעסיע דורך די פאנאטיקער, הייסט עס סעקסשאלייזען די קינדער. בעצם איז טייט בכלל נישט סעקסיאל.
דאס איז געוני מיין נקודה.
 
פאר די וואס פרעגן וועגן די הלכה אין שו''ע אבה''ע. דארט רעדט מען פון הויזן וואס איז טייט באותו מקום משום חשש ז''ל. האט גארנישט מיט די נושא.
(און ב.ד.וו. אינעם זעלבן סעיף שטייט אז עס איז אסור לרחוץ עם אביו, וואס משום מה קערט מען נישט אויף דעם אויפן זעלבן לעוועל... איז ברענג מיר נישט קיין שו''ע דא, ווייל מיר און דיר ווייסן אז עס האט מיטן שו''ע גארנישט.
 
וואס איז די סיבה פון אסור לרחוץ עם אביו?
 
עקזעקטלי.
איך געדענק איינמאל אלס יונגל, האט איינער אריינגעשטעלט א קאווע מאשין אין אונזער שול.
איינער האט זיך גענומען שרייען - וואס א קאווע מאשין אין שול?? ווי פאסט עס אריין דא? (יא כ'ווייס אז היינט קוקט יענער אויס מאדנע)
מיין טאטע האט עם צוריק געפרעגט, פארוואס נישט?
און יענער האט פשוט נישט געהאט וואס צו ענטפערן.

די זעלבע זאך איז מיט אלע די תקנות.
דערמאנסט מיר לאנגסאם פרעגט פעלדמאן ביי דראמאדיתא פארוואס זענען די רבנים ארויס קעגן טעכנעלאגיע און נישט קעגן בל תשחית....
 
אין א וועג איז דאס א מעלה, ווייל דער עולם הייבט אן ווערן מער און מער פעד אפ פון די עקסטרעמיסטן און די גאנצע טאליבאנער הנהגה וואס פירן די היימישע סיסטעם.
הך קאווע, דאס ערשטע מאל וואס מיין ווייב זאל לעבן רעגט זיך אויף א הייליגע סיסטעם זאך. האפן מיר אז ס'וועט גיין ווייטער.
 
דאכט זיך דער עולם מיסט דא די עיקר פוינט, ווי @האניג האט שוין געשריבן אין קאווע שטיבל (און אראפגעברענגט דא), אונז לעבן מיט פאר אונזערע אויגן די עוואלוציע פון הלכות צניעות ביי אינגלעך. אין הונדערט יאר ארום גייט זיין גאנצעטע ספרים און שו"ת בענדער איבער הלכות צניעות ביי אינגלעך. דעם וואס דאס מאכט נישט שפרינגען פון די הויט, צריך בדיקה אחריו...;)
 
נו, יגדיל תורה ויאדיר, וועט זיין ספרים מקילין ומחמירים, כך דרכה של תורה זה סותר וזה בונה,
עס איז היינט שוין דא חיבורים אויף הלכות שטריימל, הלכות וועקעישן, און נאך, וועט זיין נאך א סובדזשעקט, עשות ספרים הרבה אין קץ, די זענען נישט מחייב קיינעם, אבער די אינסטיטושענס האבן א רעכט צו מאכן סטאנדארטס. לכאורה איז דא דימענד פאר דעם פון די עלטערן .
 
פאר די וואס פרעגן וועגן די הלכה אין שו''ע אבה''ע. דארט רעדט מען פון הויזן וואס איז טייט באותו מקום משום חשש ז''ל.
ווי אזוי הייסט די בעל דרשן וואס איז מסביר אלע אמאליגע זאכן פון גמרא'ס צייטן, הלכות שבת א.ד.ג.?

ער דארף אנהייבן געבן דרשות אויף די אמאליגע הויזענעס, איך קען מיר נישט מצייר זיין די הויזן וואס די שלחן ערוך רעדט.
 
Back
Top