כ'וויל שרייבן די תגובה צי מוה"ר
@אינטערסאנטע איד שיחי'
יא! טייט, פיט הויזן איז זייער קיל, שיין און ניט, און פארדעהם טוען עס די נשים צדקניות אן פאר זייער קינדער, ווייל זיי קוקען אויב סאך זיסער מיט דעם, (ביליעוו מי זיי ווייסן בעסער ווי דיך וואס גרעניצט זיך מיט גרויליג)
(אפשר מאכן זיך די פרויען אזוי ציטון מיט די קינדער קליידער, ווייל זיי קענען זיך זעלבסט נישט אנטון סטייליש מאימת הקנאים)
איך האב נישט נאכגעקוקט די הלכה און איך גלייב אז די רעדע איז נישט פון טייט הויזן -ווייל עס זעט זיך נישט ארויס קיין שום צורת איבר- אבער בלאו הכי איז נישט דא קיין פראבלעם ביי קינדער עיין או"ח סימן עג סעיף ד' אז מ'מעג ליינען קרי"ש קעגן זייער ערוה!!!!
אבער די האסט א פראבלעם 'ווען די העמד דעקט זיך אויף ביי תחנון' -צי דאווענען קעגן דעם (אגב די העמד איז אויך נישט א פראבלעם פאר מבוגרים, ואגב אויך נישט אויב מ'גייט א בעדינג סאוט....)
סאו הלכה'דיג שטיימיר גוט
דא געשעהט שוין אן אינטערסאנט זאך!!!..... היות מ'קען אריינגיין צי די הלכה מיינט דאס צי נישט (און איך וויל דאך דאס אסר'ן) העמיר זאגן אז עס איז פראסט און נישט איידל, און יעצט קען מען שוין נישט אפפרעגן ווייל דאס איז דאך די קלארסטע הגדרה ס'שייך: 'פראסט'!!
(אגב, דאס איז כל הסיסטעם כולו על רגל אחת ... ודו"ק)
און לגבי די באקוועם חלק, טריי עס אויס! ס'איז מוראדיג באקוועם
(אגב איז אינטערסאנט ציצוצייכענען אז עס איז זייער אינטערסאנט אז עס איז נישט דא קיין שום 'הלכות צניעות' פאר פרויען ווי
@האניג האט ציגעצייכנט, אבער דא איז ציגעברענגט א הלכה פאר 'צניעות בגדי האיש' גאר! אויך ווייזט אויס פון די הלכה אז עס איז יא דא א איסור אויפן 'לובש' נישט מכשיל צי זיין א צווייטן בהרהור, ובפשטות משום 'לפני עוור' וצריך עיון)