צי שלאגן אדער נישט צי שלאגן?

המן טאש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 23, 2025
מעסעדזשעס
270
רעאקציע ראטע
1,138
פונקטן
213
די לעצטע יאר צענליג איז געווארען א אויפוואכונג איבער נישט שלאגן קינדער, אונז אלע דא האבן געכאפט געבראטענע פעטש אלץ קינד, און מיר ווילן דאס נישט אז אונזער קינדער זאלן דאס איבערגיין.
דא עקא אז מען קען מער נישט שלאגן וואס טוט מען? האט מען אנגעהויבען מיט ווערבעל עביוז, דהיינו טשעפענען חוזק מאכן, סארקאזם און דערנידערן.
אין מיין היסטערי (איך ווייס אז דאס איז נאר מיין מעשה) האט מיר אלעמאל געשטערט די ווערבעל עביוז אסאך מער ווי די פעטש. די פעטש האט וויי געטון אפאר מינוט און מען האט אויכט געפילט ווי א לוזער פאר א ביסל און נאכדעם האט מען פארגעסן דערפון.
משא״כ די ווערבעל עביוז געדענק איך נאך ביז היינט, סיי עס פלעגט קומט אסאך אפטער וויל איך שלאג דאך נישט איך געב עם נאר אריין. און סיי עס טוט וויי די נפש וואס האלט אן אסאך לענגער פון פעטש.
אין מיין אפיניאן דארף מען מאכן א אויפוואכונג אז מען זאל יא שלאגן. פארשטייט זיך אז עס דארף קומען מיט סטאנדארטס, ווי למשל אז דער רבי אליינס קען נישט שלאגן, נאר ער דארף שיקן צום מנהל, אדער אז דער רבי קען געבן מאקסימום צוויי פעטש, ער מוז ניצן די הענט נישט קיין כלים, און אז מען קען נישט געבן פעטש ברבים. בקיצור מען דארף אריינלייגן זיכערהייו מאסנאמען אז סזאל נישט ארויסגיין פון קאנטראל.
איך האב געכאפט אסאך פעטש אבער עס האט מיך נישט וויי געטון מער ווי א טאג. אבער די ווערבעל עביוז פון מיך מאכן פילן ווי א שוטה, מען דארף מיך נישט האבן, ביסט א גארנישט און א לאזער, מיך רופן מיט נעמען און מחרים זיין. געדענק איך נאך עד היום און עס טוט נאך וויי.
 
יאפ, אסאך פון די היינטיגע מלמדים וואס האבן נישט אין זיך די כלים צו פירן א קלאס מיט רואיגע דיסציפלין, אבער זיי קענען שוין נישט שלאגן, נעמען זיי א מהלך פון פערזענליך טשעפענען און חוזק מאכן פון די קינדער וואס פאלגן נישט וכדומה.


ס'איז לכאו' אמת אז די שאדן פון דעם אז סאך מער ווי פיזישע פעטש.
 
אסאך פון די היינטיגע מלמדים וואס האבן נישט אין זיך די כלים צו פירן א קלאס מיט רואיגע דיסציפלין
פאלט דיר אפשר איין אז די חלק איז די גרעסערע פראבלעם?! גרעסער ווי די פראגע צווישן פעטש מיט ווערטער.

איך בין מסכים אין פרינציפעל אז פעטש טוט צומאל ווייניגער שאדן ווי ווערטערליכע טשעפערייען וכדו', אבער אלס א כלל האלט איך עס איז בעסער נישט צו לאזן שלאגן און דארפן האלטן דיסציפלין אויף מער פארגעשריטענע וועגן.
נאך אלעם איז עס ס''ה די אומגעלונגענע/שלעכטע מלמדים וועלכע וואלטן אנשטאט ווערטער גענוצט דעם שטעקן, און אפי' דעמאלס בין איך נישט זיכער אז זיי וואלטן זיך געהאלטן דאס מויל. די נארמאלערע מלמדים ווי נישט ווי גייען זיך נישט צולאזן אויף ביידע אופנים, האפענטליך עכ"פ.
 
ווי גייט די מאמר החכם ?

א פאטש פארגייט א ווארט באשטייט

הגם די גראם וואלט געארבעט פארקערט אויך , אבער די קשיא קען מען פרעגן אויף אסאך אידישע שפריכווערטער איך האב נישט יעצט די משלים אויף דעים.

אין ענגליש איז דא
An apple a Day keeps the Doctor away
קענסט אריינלייגן יעדע אנדערע ווארט אנשטאטס עפל אדער דאקטער.
 
ביי מיין טאטע אינדעהיים האט מען געשלאגן מיט די הענט
ביי מיין שווער שלאגט מען מיטן מויל.
מיטן הענט שלאגט מען אויפן גוף אבער עס היילט זיך שנעל אויס
מיטן מויל שלאגט מען אריין אינעם קינ'דס נפש און מען געדענקט עס אויף לאנגע יארן און עס טוט אסאך שאדן
 
איך האב געכאפט אסאך פעטש אבער עס האט מיך נישט וויי געטון מער ווי א טאג. אבער די ווערבעל עביוז פון מיך מאכן פילן ווי א שוטה, מען דארף מיך נישט האבן, ביסט א גארנישט און א לאזער, מיך רופן מיט נעמען און מחרים זיין. געדענק איך נאך עד היום און עס טוט נאך וויי.
גם אני בחלומי
אסאך פעטש וכדומה לזה געכאפט, ווייגעטוהן מער ווי א טאג אבער היינט פארצייל איך עס מיט א שמייכל.
אבער די סטעטמענטס און די שמות גנאי באגלייטן נאך היינט און אפטמאל ממש ביזן ווערן בארוישט אינגאנצן
(איך האב געהאט א מלמד וואס האט גענוצט א געוויסע אויסדרוק אויף מיר וואס מען זאגט מיט א נוסח אפאר מאל א יאהר ביים דאווענען און ער פלעגט עס אזוי זינגען מיטן ניגון… כמעט יעדעס מאל וואס מען קומט דארט אן שוין איבער 20 יאהר וועקט עס אויף דער קינדערישע צוקלאפטקייט)
 
עס זעט אויס אז יעדער איז אויפן זעלבן בלעטל און עס איז נישט נאר אין חדר, עס איז פיל בעסער אז עלטערן זאלן שלאגן ווי ווערטערליכע אביוז און ניין, מיט אלע פארגעשריטענע מעטאדן איז נאך אלס נישט מעגליך גענצליך צו פארמיידן פיזישע דיסיפלין און אין אזא פאל איז דער פאטש (פארשטייט זיך אן רציחה) הונדערט מאל בעסער ווי אויסגעבן די כעס אין ווערטער.

אגב האב איך געהערט א מוראדיגע קאנצעפט אין חינוך בכלל וואס איך פרוביר צו פראקטיצירן כסדר:
א קינד איז ווי א באנק אקאונט, כדי צו קענען ארויסנעמען געלט מוז מען אריינלייגן ווייניגסטנס אזויפיל, אז נישט איז דער אקאונט רויט,
עס איז געזונט פאר א קינד צו כאפן א פסק/פעטש פון מאל צו מאל אבער מען מוז אייביג זיכער מאכן אז עס איז דא אינעם אקאונט פיל מער ליבשאפט, קאנעקשן און בכלל פאזיטיווע אינטעראקציעס, אויב נישט וואקסט דאס קינד אויף אין די רויט.
 
דער עולם האט נאך געהעריג דא געכאפט פעטש ??

איך מיין אז ס'איז א גוטע 10 יאר וואס מ'שלאגט שוין נישט

איך האב נאך געהאט א רבי וואס פלעגט איבערלייגן ..
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דער עולם האט נאך געהעריג דא געכאפט פעטש ??

איך מיין אז ס'איז א גוטע 10 יאר וואס מ'שלאגט שוין נישט

איך האב נאך געהאט א רבי וואס פלעגט איבערלייגן ..
יעדן טאג
 
דער עולם האט נאך געהעריג דא געכאפט פעטש ??

איך מיין אז ס'איז א גוטע 10 יאר וואס מ'שלאגט שוין נישט

איך האב נאך געהאט א רבי וואס פלעגט איבערלייגן ..
מען האט קיינמאל נישט אויפגעהערט....
 
Back
Top