איך ווייס פין א סאטמערע דיין וואס האט געפאסקענט א בדיקה דורך פיקטשער סא .....געהערט אז ער פלעגט פסקענן בדיקות דורכן שיקן א פיקטשער...
כ'ווייס נישט ווי קראנט דאס איז.
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
איך ווייס פין א סאטמערע דיין וואס האט געפאסקענט א בדיקה דורך פיקטשער סא .....געהערט אז ער פלעגט פסקענן בדיקות דורכן שיקן א פיקטשער...
כ'ווייס נישט ווי קראנט דאס איז.
ווער?איך ווייס פין א סאטמערע דיין וואס האט געפאסקענט א בדיקה דורך פיקטשער סא .....
איים סארי אבער איך קען נישט מגלה זיין איך וויל נישט עס זאל ציריק קומען וכו׳ וכו׳
דעמאלטס איז עס א אנדערע מעשהאיים סארי אבער איך קען נישט מגלה זיין איך וויל נישט עס זאל ציריק קומען וכו׳ וכו׳
ער טיט עס נישט סתם אזוי עס איז געווען א צורך
דעמאלטס הייסט עס נישט מקיל געווען באיסורי כריתות?
עס איז טאקע א אנדערע מעשה אבער למעשה ביי ר׳ שמואל איז עס אפשר אויך א צורך
אדער זיי גייען לויט וואס מען זאגט זיי. איך גלייב אז קיין איינער האט געהאט א שמועס מיט הרה״ג רב שמואל אלייןאבער צענדליגע רבנים וואס האבן געחתמ'ט אנטקעגן אים, און אים אנגערופן מיט געוויסע אומבטעמ'טע לשונות, זיי ווייסן יא אז ער גייט קעגן הלכה.
אפשר זעהן זיי די זעלבע ווי אינז נאר מיט אנדערע נגיעות??? אין נאר איין רב מאכט א טעות אדער א נגיעה אין איבריגע טאנצען עם נאך פונקט וויא די טאנצט נאך דער רב????איך האב ציטרוי אין רבנים, זיי ווייסן וואס ס'טוט זיך און פון זייער זייט אלס רבנים זעען זיי די פראבלעם סאך גרעסער ווי אונז
ווען איין אדער צוויי רבנים זעען א פראבלעם און דו קומסט מיר זאגן אז זיי האבן זיך טועה געווען, קען איך הערן, אבער דא רעדט מען פון אלע רבנים!
איך מיין אז ער האט מתיר געווען נותראיך האב אסך לויב געהערט אויף אים, וויפיל אידן האבן זיך דערקוויקט מיט זיין קוראזש צו רעדן אמת לגבי זאכן וואס זענען נאר חומרות און נישט קיין הלכה׳דיגע חיובים - אבער די געווענטליכע רבנים ווילן חלילה נישט מ׳זאל דאס מודיע זיין פאר׳ן המון עם (לדוגמא שערן די האר פאר פרויען)
איך האב אויך געהערט פון ערנסטע קריטיק ווען ער איז עוסק אין מענטל העלט וואס ער איז נישט געלערנט אויף דעם (ווי אין ק״ש האט מען אויך דערמאנט, אז ער האט זיך געלערנט געוויסע מקצועות אבער נעמט אויך א שטעלונג אין זאכן וואס ער האט נישט קיין וויסנשאפט אין דעם)
איך האב אויך אויסגעהערט געציילטע פון זיינע קליפס און
Q&A ווען ס׳נאך געווען עוועילעבל אויף אינסטעגראם
און ס׳איז קלאר ווי די טאג אז די א.ג. אונטערשריפטן איז א דשאוק און סתם א מיטל צו טעראריזירן איינעם וואס ווארפט זיך נישט אונטער קיין דריק פון אזעלכע וואס ווילן האבן די אויבערהאנט ביים יהדות החרדית
פאר נייגעריגקייט בין איך דורכגעגאנגען די 36 כריתות - און אפילו ווען איינער קען אים בכלל נישט, נאר ווייסט אז ער איז א יראי שמים (וואס זיי אליין מוזן מודה זיין אין זייער צעטל) מאכט עס לאכן ווייל ס׳ווערט קלאר די קארופציע און שקרים וואס איז דא אינוואלווד (ליידער איז עס אלטע נייעס)
יעצט פארשטיי איך שוין זיין עוולה ער האט אויסגעריסען נאר 2 סימנים ביי אינזער אידשע קולטור דארף מען אויסרייסען גאנצע חלק חושן משפט
לגבי השארת הנפש איז נישט אזוי פשוט.
ריטשארד שטיינער פון YU האט א גאנצע מאנעגראף אויף וואס נפש מיינט אין מקרא, און ער ענדיגט צו:
זעה דא Dropbox
סוכה כג
עֲשָׂאָהּ לַבְּהֵמָה דּוֹפֶן לַסּוּכָּה — רַבִּי מֵאִיר פּוֹסֵל, וְרַבִּי יְהוּדָה מַכְשִׁיר. קַשְׁיָא דְּרַבִּי מֵאִיר אַדְּרַבִּי מֵאִיר! אָמַר לָךְ רַבִּי מֵאִיר: מִיתָה שְׁכִיחָא, בְּקִיעַת הַנּוֹד לָא שְׁכִיחָא, אֶפְשָׁר דְּמָסַר לֵיהּ לְשׁוֹמֵר
עיי"שאון די גמ' אפאר שורות שפעטער רופט עס א בהמה, עומדת ברוח
אַלְּמָה תְּנַן: רַבִּי יְהוּדָה מְטַמֵּא מִשּׁוּם גּוֹלֵל, וְרַבִּי מֵאִיר מְטַהֵר? אֶלָּא אָמַר רַב אַחָא בַּר יַעֲקֹב: קָסָבַר רַבִּי מֵאִיר: כָּל מְחִיצָה שֶׁעוֹמֶדֶת בְּרוּחַ — אֵינָהּ מְחִיצָה. אִיכָּא דְּאָמְרִי, אָמַר רַב אַחָא בַּר יַעֲקֹב: קָסָבַר רַבִּי מֵאִיר כׇּל מְחִיצָה שֶׁאֵינָהּ עֲשׂוּיָה בִּידֵי אָדָם — אֵינָהּ מְחִיצָה. מַאי בֵּינַיְיהוּ? אִיכָּא בֵּינַיְיהוּ דְּאוֹקְמַהּ בְּנוֹד תָּפוּחַ. לְמַאן דְּאָמַר מְחִיצָה עוֹמֶדֶת בְּרוּחַ אֵינָהּ מְחִיצָה — הֲרֵי עוֹמֶדֶת בְּרוּחַ
איך האב געעפנט א פרישן שנירל פאר די נושא פון נפש און נשמה און איר קאנסעפטואלע עוואלוציע. כדי נישט צו פארדרייען די נושא דא וועל איך ענטפערן דארט.דער וואס דו ציטירסט וויל זאגן אז נפש מיינט נשמה און רוח מיינט spirit, וואס איז א typical וועג וואס דרשנים האבן ליב צו מאכן שטיקלעך תורה,
אבער זיי זענען נישט גערעכט,
און איך וועל ברענגען אפאר דוגמאות צו ווייזן אז דאס איז נישט די טייטש.
די פסוקים און בראשית האלטן אין איין זאגן נפש חיה צו כולל זיין אלע סארט creatures, און וואס זעט אויס איז, אז דאס איז נישט קיין נשמה נאר די פיזישע גוף,
אויך די פסוקים "ועל כל נפשות מת לא יבא" וכדו'.
רוח איז לכאו' אזוי ווי די גמרא האט געמיינט אז א בעל חי האלט זיך שטייעדיג, וויבאלד ער איז אנגכפילט מיט לופט, און ווען ער שטארבט גייט ארויס די לופט, אזוי ווי א balloon, און די גמרא איז עס מדמה צו א נוד תפוח.
עיי"ש
ווען די תורה רעדט פון עונשים איז אפי' איין מאל נישט דערמאנט א זכר פון א עונש לאחר מיתה.. אויב די תורה וואלט געהאלטן אז סאיז דא א אפטער לייפ, פארוואס וואלט די תורה נישט דערמאנט א רמז צו אחר מיתה, אז חז"ל דארפן זוכן פון אונטער די ערד א מקור פאר דעם
רוב סייענטיסן גלייבען נישט אין באשעפער, ובכן?יעדער מיט שכל אין קאפ פארשטייט אז אויב 30 רבנים האבן גע'חתמ'ט איז געווען 'עפעס', נישט ווייל זיי האבן געהאט ביינאכט א שלעכטע חלום, יעצט איז נאר די שאלה צי די 'עפעס' איז געפערליך אדער נישט, שמועות האבן דעמאלטס געזאגט אז מ'איז ארומגעגאנגען מיט שטיקלעך רעקארדינגס פון זיינע שיעורים