איך בין נישט זיכער איך פארשטיי וואס די זאגסט
לאמיר דורן גיין די גאנצע מעססעדזש איינס ביי איינס צו אויסקלארן
געמיינט אז ס׳דא א חברה ״פארביטערטע מענטשן״ נעבעך און איך האב זיכער קיינמאל נישט געוואלט אויסזעהן ווי זיי
איך מיין אז ס'זייער פשוט וואס איך מיין אבער לאמיך בעסער מסביר זיין
ס'דא מענטשן וואס האבן טענות אויף די אזוי גערופענע "סיסטעם"
ס'דא מענטשן וואס האבן קשיות אויף די סיסטעם
ס'דא מענטשן וואס קומען זיך זייער גוט אויס מיט די "סיסטעם"
אויך איז דא מענטשן וואס האבן א שווערע לעבן פאר סיי וואספארא סיבה און זיי זיכען ווי צו לייגן די בלעים
אויך איז דא מענטשן וואס זענען עכט געטשעפעט געווארן דורך די "סיסטעם" אבער זיי קענען נישט/ווילן נישט
(צו וועגן זיי טענהן שוין גענוג ארבעט אריינגעווארפן אין די סיסטעם לאז מיך אפ, צו וועגן פוילקייט און א אוםוויליגקייט צו ארבעטן אויף זיך, צו וועגן זיי קענען עס עכט נישט מסדר זיין אין קאפ) מסדר זיין די טענות און פראבלעמען וואס זיי האבן אויף די סיסטעם
און ווען די מענטשן טרעפן א נייע פלאץ ווי צו אויסגיסן זייער ווייטאג פאר די איינע סיבה ווייל ס'איז אנאנים איז עס א גרויסע פראבלעם ווייל דאס שלעפט נאך אזעלכע מענטשן - וואס איך פארשטיי אז זיי דארפן דאס האבן און אפשר איז עס אפי א גוטע זאך אז זיי האבן עס
אבער איבערדרייען א פלאץ ווי מענטשן שעפן אסאך הילף און וויסנשאפט פשוט ווייל די האסט ווייטאג, איז נישט בארעכטיגט
פונקט ווי חברים אין מיין קלאס האבן געגלייבט אז ס׳דא א ״חברה שטאַרבער״ וואס ווערן נעבעך געטראפן פון יענע מעשה און זיי אליין זענען אפגעהיטן פון אזעלכע צרות רח״ל
איך בין נאך גענוג יונג צו געדענקן ווען מיין מלמד האט עס געזאגט
וואס איז דיין פאוינט, אז אונז זענען אלע אנגעווייטאגט? (עיין לעיל פאר די חילוקים אין אנגעווייטאגטקייט)
דיין תשובה קען זיין א לאגישע: זי איז דא צו ענטפערן ס*עקס שאלות- פארוואס באציהט זי זיך צו אזא שאלה וואס איז נישט דוקא נאר ארום די נושא אין וואס זי איז עוסק (כאטש א חלק פון די שאלה יא)
און דו שלאגסט פאָר זי זאל ווען לאזן דעם יונגערמאן אין זיין ווייטאג- פארוואס?
נישט ח"ו לאזן אין ווייטאג נאר אדער אים דירעקטירן צו א פלאץ וואס איז געמאכט פאר אזעלכע קשיות אדער אים ענטפערן פריוואט
חוץ אויב זי וויל טוישן די טיפ קשיות וואס קומען אריין - ווייל דאס גייט געשעהן
און דו שלאגסט פאָר זי זאל ווען לאזן דעם יונגערמאן אין זיין ווייטאג- פארוואס? ווייל ער איז נישט פון די lucky few וואס געבן זיך גרינג אן עצה און האבן חברים וועמען זיי קענען געטרויען?
ס'האט נישט מיטן זיין פון די לאקי וואן'ס נאר פארשטיין אז יעדע זאך האט זיין צייט/פלאץ
איך גלייב מיט׳ן ארויפשטעלן די שאלה טוט זי א געוואלדיגע טובה פאר׳ן ציבור אין די זעלבע צייט וואס זי לאזט נישט א איד וואס איז געדריקט מיט הארצווייטאג פילן אויסגעשפילט און עלנד נאכדעם וואס ער האט גענומען די דרייסטקייט זיך אויסצורעדן צו איר. זי העלפט דעם ציבור נישט פארנארט צו ווערן און שפיגלט צוריק וואס די מצב איז באמת:
איך מיין פונקט פארקערט
אויב איז עס א שאלה וואס איז ווערט ארויפלייגן מאכט עס אויסזעהן ווי ס'מיינט אז ס'סאמטינג דיפרענט פון וואס אסאך אנדערע טראכטן/מיינען/פרעגן
יא, עס זענען דא מוצלחים. יונגעלייט וואס האבן א רייכן פעטער אדער טאט׳ן וכד׳ וואס האט זיי געהאלפן אויפשטעלן א סוקסעספול ביזנעס despite די מאנגל אין בּעיסיק וועלטליכע ידיעות וואס מ׳האט פון אונז אוועקגערויבט מיט׳ן פארבאטן א נארמאלע basic education
אבער דאס זענען די lucky ones - וואס האבן אויך באקומען א שידוך מיט וואס זיי ״געבן זיך אן עצה״ און זיי פאלגן נאך ערליך ווי א טאַטעלע נישט צו step out of line חס ושלום מיט׳ן קאמפלעינען וועגן די היימישע סיסטעם
אינטערעסאנט ווי די רופסט אן Lucky די מענטשן וואס "גיבן זיך אן עצה" מיט זייער ווייב אדער וואטשן זייער נישט צו קאמפלעינען
עס זענען אויך דא אזעלכע וואס זייער מצב איז ביטער. און אראפשלינגען יעדן טאג מרור אין אזא גרויסע פארציע וועט מאכן ארויספלאצן עפעס פון זיי. איינער זאגט עס אפן און קערט נישט מער וועגן די רעאקציע- און אנדערע מוזן זיך פארשטעקן און זיך פרובירן באהאלטענערהייט אן עצה צו געבן דורך פריוואטע מעסידשעס און אנאנימע שאלות וואס געבן אונז א קלארע בילד ווי אויסגעשפילט אסך פון אונזערע ברודער פילן און ווי בא׳עוול׳ט זיי זענען אויף א פארנעם וואס לאזט זיך קוים גלייבן
אזוי ווי געזאגט פריער
פרעגן אנאנים מאכט עס אויסזעהן ווי נאר די האסט די קשיא וויסעך נישט פון וועלכע קלארע בילד די רעדסט
די אלע זאכן קומט אבער נישט צו צו די פאקט אז זי האט בכלל נישט געענטפערט
וואס איז די פאוינט פון די פאוסט?