דאס לעבן און שאפן פון פּעגי גרינפעלד

די אלע זאכן קומט אבער נישט צו צו די פאקט אז זי האט בכלל נישט געענטפערט
די תשובה איז טאקע אט דאס, אז וויאזוי דער אינגערמאן זאל גיין גייט ער האבען שווערע קאנסעקווענצען, און דאס איז נישט קיין החלטה וואס א קאוטש אדער אפילו א טעראפיסט קען מחליט זיין פאר יענעם, דאס מוז א מענטש מחליט זיין פאר זיך, און לייף דעסישענס קענען זיין שווער אפילו זייער שווער.
איז פארוואס ברענגט זי עס ארויף, צי זאגען אז דאס איז א וואלידע דילעמע, ביסט נישט משוגע, זייער אסאך מענטשן גייען אריבער אזא מצב און מען ווערט ממש צוריסען פון אינעווענדיג, מען דארף זיך בעיסיקלי אויסוועלן די אייגענע שטראף, ווילסט ענדעשער זיין בלינד אבער א עושר אדער זעהן און זיין א עני ואביון פאר א גאנץ לעבען. ס׳איז באמת א שווערע החלטה.

(די בעסטע איז (אויב מען קען עמאושענעלי, צו מאל איז מען שוין צו פארווייטאגט אויף די סיסטעם צו מאכן לאגישע החלטות) צו האלטן ביידע, סיי בלייבען אין די חסידישע לייף סטייל און סיי טוען זייער אסאך זאכען וואס מען וויל, מען דארף בעיקר מקפיד זיין אויף מראית עין, ווי לאנג איינער איז נישט קיין עבריין בפרהסיה דארף ער נישט צו האבן קיין פראבלעמען)
 
איי וואנע דא סאוי מאטש עבייראויס....

איי דאוינט וואנע וועיט עפטער פלעישיגס....

:ROFLMAO::ROFLMAO::ROFLMAO:

עטץ האסט א הווה אמינא אז יענער איז פאר ריעל?!....
 
You’ll be surprised
וויפיל יונגעלייט איך האב שוין באגעגנט מיט אזעלכע פשוט׳ע השגות. ס׳איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין: די געצווינגענקייט פון דארפן פאלגן אלעס וואס מ׳האט זיי איינגעבאקן מיט אזא געפערליכע פחד פון שטראף - קען מאכן גאר שווער דורכצוברעכן די fear
און פון די אנדערע זייט איז די לעכצעניש פאר פרייהייט אזוי גרויס (לאו דוקא די טעם פון מילכיגס צאמגעמישט מיט פליישיגס- ס׳מער די סימבאל פון freedom דא)
 
עס איז נישט וואס יענער שרייבט עס איז די וועג וויאזוי ער שרייבט.

מען רעדט דא פין א געריבענע לץ...

איינער וואס האט עקסעס צו אינסטעגראם, האט ברייטערע השגות ווי עסן בשר וחלב.

אבער עס איז גוט, רוב שאלות דארטן איז אוטענטיש אין אינטרעסאנט.

עס איז אלץ דא מענטשן וואס גלייכן צו אביוזן גוטע זאכן.
 
You’ll be surprised
וויפיל יונגעלייט איך האב שוין באגעגנט מיט אזעלכע פשוט׳ע השגות. ס׳איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין: די געצווינגענקייט פון דארפן פאלגן אלעס וואס מ׳האט זיי איינגעבאקן מיט אזא געפערליכע פחד פון שטראף - קען מאכן גאר שווער דורכצוברעכן די fear
און פון די אנדערע זייט איז די לעכצעניש פאר פרייהייט אזוי גרויס (לאו דוקא די טעם פון מילכיגס צאמגעמישט מיט פליישיגס- ס׳מער די סימבאל פון freedom דא)
זייער אסאך מוטשענען זיך טאקע מיט די אריין געבאקענע גיהנם פילינגס
און דאס לאזט נישט זיך רוקן פאראויס
(ביי פרויען איז עס אין א געוויסן זין שטארקער...)
 
איך האב געהאט אסך טערעפי און געווארן צום סוף געוואלדיג געהאלפן דורך טראומא היילער וואס טויגן און פארשטייען וויאזוי באמת צו העלפן. איך האף פון די טיפעניש פון מיין הארץ אז יעדער זאל קענען אנקומען צו קענען האבן אמת׳ע מנוחת הנפש און טרעפן פאר זיך די ריכטיגע שליח/שליחים וואס זאל ברענגען די ישועה
 
ב"ה דער חינוך - אדער אידישער פונק - ארבעט
 
חיים גראדע רעדט ארום דעי גרויזאמקייט פון פחד און גילט וואס מ׳לייגט אריין- וואס האט באמת גארנישט מיט תורה און עבודת השם בכלל, נאר פשוט מיט קאנטראל;

ער טענה׳ט אז איינמאל מ׳וואקסט אויף מיט אזעלכע געפילן איינגעבאקן איז שוין נישט שייך מער צו פילן א טעם אין עולם הזה. איך האב אמאל מורא געהאט אז ער איז גערעכט. אבער היינט ווייס איך אז מסתם אויב ער וואלט געלעבט אין די היינטיגע צייטן וואו ס׳איז עוועילעבל אזויפיל פארשידענע אופנים צו עקספיריענסן רפואת הנפש (צוגעפּאסטע trauma healing ווי כ׳האב שוין פריער דערמאנט)- וואלט ער זיכער נישט דאס געזאגט און ער אליין -גלייב איך, וואלט געהאט א בעסערע לעבן
 
איי וואנע דא סאוי מאטש עבייראויס....

איי דאוינט וואנע וועיט עפטער פלעישיגס....

:ROFLMAO::ROFLMAO::ROFLMAO:

עטץ האסט א הווה אמינא אז יענער איז פאר ריעל?!....
פארדעם שרייטאך שוין דיין ניק נעים גייייווווואאאאאאלד……
 
די תשובה איז טאקע אט דאס, אז וויאזוי דער אינגערמאן זאל גיין גייט ער האבען שווערע קאנסעקווענצען, און דאס איז נישט קיין החלטה וואס א קאוטש אדער אפילו א טעראפיסט קען מחליט זיין פאר יענעם, דאס מוז א מענטש מחליט זיין פאר זיך, און לייף דעסישענס קענען זיין שווער אפילו זייער שווער.
איז פארוואס ברענגט זי עס ארויף, צי זאגען אז דאס איז א וואלידע דילעמע, ביסט נישט משוגע, זייער אסאך מענטשן גייען אריבער אזא מצב און מען ווערט ממש צוריסען פון אינעווענדיג, מען דארף זיך בעיסיקלי אויסוועלן די אייגענע שטראף, ווילסט ענדעשער זיין בלינד אבער א עושר אדער זעהן און זיין א עני ואביון פאר א גאנץ לעבען. ס׳איז באמת א שווערע החלטה.

(די בעסטע איז (אויב מען קען עמאושענעלי, צו מאל איז מען שוין צו פארווייטאגט אויף די סיסטעם צו מאכן לאגישע החלטות) צו האלטן ביידע, סיי בלייבען אין די חסידישע לייף סטייל און סיי טוען זייער אסאך זאכען וואס מען וויל, מען דארף בעיקר מקפיד זיין אויף מראית עין, ווי לאנג איינער איז נישט קיין עבריין בפרהסיה דארף ער נישט צו האבן קיין פראבלעמען)
אנטשולדיגט אבער איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגן וואס איז די סתירה פון האבן א חסידישע לייף סטייל און האבן א געשמאק אין די מצווה פון עונה?
 
אז די פארשטייסט נישט איז גוט.
ביי אסאך מענטשן גייט עס נישט צוזאמען.
 
איך האב געהאט אסך טערעפי און געווארן צום סוף געוואלדיג געהאלפן דורך טראומא היילער וואס טויגן און פארשטייען וויאזוי באמת צו העלפן. איך האף פון די טיפעניש פון מיין הארץ אז יעדער זאל קענען אנקומען צו קענען האבן אמת׳ע מנוחת הנפש און טרעפן פאר זיך די ריכטיגע שליח/שליחים וואס זאל ברענגען די ישועה
אויב די קענסט אביסל מיטטיילן וועלכע סארט טעראפי און ווי לאנג עס האט גענומען...וכו'
עס קען זיין אינטערעסאנט פאר אסאך, צו הערן אביסל מער פון איינער וואס האט מצליח געווען...
 
ב"ה דער חינוך - אדער אידישער פונק - ארבעט
די סארט "חינוך" ארבעט פיל בעסער ביי די ישמעאלים... און ביי אנדערע גלויבונגען....
זיי זענען גרייט זיך צו הרג'נען (און אויך הרג'ענען אנדערע) אבי נישט צו גיין אין "גיהנם"...
 
אויב די קענסט אביסל מיטטיילן וועלכע סארט טעראפי און ווי לאנג עס האט גענומען...וכו'
עס קען זיין אינטערעסאנט פאר אסאך, צו הערן אביסל מער פון איינער וואס האט מצליח געווען...
אפשר וועל איך מאכן א שנירל דערוועגן בקרוב
 
איך בין לעצטנס אדורכגעלאפן עטליכע פאוסטס פון איר, ווי אנאנימע מענטשן שרייבן איר מעסעדזשעס, און בין שאקירט פון וויפיל מענטשן זענען נישט נזהר אין הל' נדה וכדומה 🙄
 
איך בין לעצטנס אדורכגעלאפן עטליכע פאוסטס פון איר, ווי אנאנימע מענטשן שרייבן איר מעסעדזשעס, און בין שאקירט פון וויפיל מענטשן זענען נישט נזהר אין הל' נדה וכדומה
וויפיל טאקע?

וואס מיינט נישט נזהר, מ'האלט נישט אלע חומרות פון הרחקות און ווסתות, אדער ממש מ'גייט נישט אין מקוה?
 
איך האב נישט געציילט. אבער מער ווי איך האב גע'חלומ'ט.....

פאראן אלע סארט מדריגות, רוב וועלן נישט ממש עובר זיין הלכה למעשה א דאורייתא, אבער אלעס ביז אהין מאכט מען נישט קיין עסק, אנדערע וועלן יא נזהר זיין מיט פארשידענע חלקים אבער נישט אלעס. פארגעס נישט - מ'רעדט דא פון זאכן וואס זענען פון דאס הארבסטע ביי אידן!
 
Back
Top