דאס אייוועלט שנירל

עפעס גייט פאר אויף אייוועלט די מנהלים האבן זיך צופראסקעט אין פאבליק און זיך אויסגעשפארט איינער דעם אנדערן.
איינער מיט מער דיטעלס?
 
עפעס גייט פאר אויף אייוועלט די מנהלים האבן זיך צופראסקעט אין פאבליק און זיך אויסגעשפארט איינער דעם אנדערן.
איינער מיט מער דיטעלס?
ביסט געהעריג געפאלן פאר דעם?

דאסמאל האב איך זיך ממש פארעקלט פון די קליינקעפיקייט
 
אויב מ'וואלט געגעסן מאשין מצות ווען ס'נישטא עפעס אנדערש
אוודאי! וואס איז די שאלה

חוץ די צאנזער וגורריהם וואס האלטען אז ס'איז חמץ

א ריזיגע פראצענט כלל ישראל עס [נאר] דאס
 
העטעך פעטעך מאשין מצות קימט ווען ארויס און אונזער צייטן וואלט בכלל געווען א הוי אמינה עס צו אסרן? אדער די עולם וואלט עס געכאפט מיט ביידע הענט ! וואס האלט דער עולם?
 
העטעך פעטעך מאשין מצות קימט ווען ארויס און אונזער צייטן וואלט בכלל געווען א הוי אמינה עס צו אסרן? אדער די עולם וואלט עס געכאפט מיט ביידע הענט ! וואס האלט דער עולם?
אהרן וואלט געהאלטן איין וועג און זלמן לייב די צווייטע וועג און ס'וואלט געווען יעדע יאר דרשות אז די אנדערע עסט חמץ גמור און די רבי זעכעליינו בלוטיגט....
 
סאיז לאוו דוקא אזוי איך האלט פארקערט די רבנים וואלטן זיך אזוי געפריידט מיט מאשין מצות אז מען קען מקיים זיין דעי מצוה מיט אזא הידור אן א חשש חמץ אן קיין ווארעמע הענט אריינגעמישט
 
אהרן וואלט געהאלטן איין וועג און זלמן לייב די צווייטע וועג און ס'וואלט געווען יעדע יאר דרשות אז די אנדערע עסט חמץ גמור און די רבי זעכעליינו בלוטיגט....
נאך איין מזל סאיז דא פארטייען ווען נישט וואלטן מיר נישט געדארפט האלטן קיין איין מסורה,
יעצט טראכט מען וואס וועט מיין קאמפעטישן זאגן
 
ער גייט פליען

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • 0 צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה דורך מיין פערספעקטיוו » מיטוואך אפריל 09, 2025 1:03 am

שוין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:48 am
גירי צדק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:38 am
קלעמענט האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 10:52 pm
שוואכער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 8:02 pm
קלעמענט האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 7:49 pm

כנישתא חדא וואלט געברענגט מער סעילס, קיין איין סאטמארער גייט עס נישט קויפן וועגן דעם און פרעמדע זיכער נישט
איך דיסעגרי אז כנישתא חדא וואלט געברענגט מער סעילס. כ'האלט יא אז לב אהרן (די גרינגסטע וועג עס צו שרייבן...) וועט ברענגען מער סעילס.
איי רעספעקטפולי דיסעגרי
איך גלייב נישט אז זיינע חסידים וועלן עס קויפן וויבאלד זיי ווייסן אז אין קר"י פארקויפט מען עס נישט
און פארן אלגעמיינעם ציבור מיין איך ווייסן גענוג צו זאגן פון אים אז זיי ברויכן אים נישט קענענלערנען
די לעצטע מאל איך האב געטשעקט האט מען מיר געזאגט אז די מאמענט איז דא פולי פאר ביזנעס

סאו איי געס אויב זיי האבן געלייגט די בעל לב אהרן מיינט עס אז זיי ווייסן וואס ס'גייט זיי ברענגן מער ביזנעס
געהערט אז די דיעל איז אז מ׳געט עים די קאווער און מען קען עס פארקויפן אין מאנרא.
הוילע בלאף.
 
נאך פון אייועלטס מאמענט אשכול

מעג אריינקומען מיט אביסל קריטיק ?
די כנישתא חדא איז ממש טריקן, זשאסט די היסטאריע און שוין...
כ'בלעים נישט יואל העניך וויל נישט רעדן אבער דאס איז נישט ווערד פאר א קאווער סטארי (ס'איז טאקע נישט!!!)
גראדע איז ער שוין אמאל געווען אויפן דעקל, דאכט זיך נאך זיין טאטעס פט(ג)ירה...
 
קולט’יזם ביים היימישן ציבור - אידישע וועלט פארומס

קולט’יזם ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • 46 צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה דורך עקביה » מיטוואך אפריל 09, 2025 2:04 am

צום סוף לייג איך אין ספוילער וואס כ'האב געשריבן דא איבער די טרוקענע געדאנק פון א קולט.

יעצט גיימיר אביסל צונעמען די חילוק וויאזוי די גוי’אישע גאס קוקט אן א קולט און זעהן ווי ווייט עס עפלייט נישט צו אונז אידן.
איי, וואס יא? די תוצאות איז ביי אונז די זעלבע פראבלעם! די חילוק צווישן בני ברית און שאינם בני ברית, איז וואו מען צוטיילט עס.

איך גיי זאגן א געוואגטע זאך: נניח עס וואלט געווען א מענטש אין די ס’ יארן וואס האט שטארק ליב צו וואוינען אין וויליאמסבורג.. יעדער פון אונז קען דעי סינעריאו.. איין שיינעם טאג זאגט אים א חבר איבער די לעכטיגקייט פון איינעם רבי שלמה העלבראנץ, פיין, ער זעהט אז עס איז אביסל פרומער ווי געווענליכע היימישע משפיעים, אבער דאך, מען פלאמט ביי א דאווענען וכו’... בקיצור ער ווערט (ווי מ’זאגט היינט) קאנעקטעד... איין שיינעם טאג ווערט א מדובר אין די חבורה, עס קומט א געגנט אין קאנאדע וכו’ מען גייט זיך צוזאם האלטן אנשי שלומינו... אינדרויסן זעהט עס נישט אויס א בובו.. אבער ער שטעלט אראפ א פוס! איך וועל נישט מופן פון וויליאמסבורג! לאמיר נישט לאנג מאריך זיין איבער די מח שווענקעריי פון די חברי לב טהור... און זיינע אייגענע מח צומישט’קייט... אויב דער רבי זאגט צו מופן וואס איז שייך א פראבלעם וכו’.. למעשה! דער מופט נישט קיין קאנאדע! ---

עס איז ווינטער תשפ"ה, אונזער וויליאמסבורג’ע חבר האלט מיט וואס עס טוט זיך לעבעדיג מיט אנשי לב טהור... און אין הארצן זעהט ער די צוריסענע סיטואציע, אבער היות ער האט נישט געמופט צום מקום איז ער באהיטן געווארן!

עס הערט זיך ווי אין פיקציע... אבער מען קען גלייבן אז עס האט פאסירט. אפילו נישט, ווייס איך במציאות פון אזאנע פעלער אין אנדערע וועלטליכע קולט’ס וואס האט אזוי באהיטן מענטשן.

די נקודה וואס איך ברענג ארויס איז, אז יעדע מענטש מוז האבן געוויסע ברעיקס אין זיין מח וואס זאל אים באהיטן פון אזאנע פעלער וואס מאכן זיך.

דא האב איך גערעדט וועגן מופן.. אבער עס איז אויך מיט יעדע דראסטישע זאך אין לעבן מוז א הוראה פון א פירער זיין א רויטע לעמפל. נאכדערצו ווען אנדערע לעמפלעך בליצן שוין פון פארדעם... למשל אין די קעיס פון העלבראנץ: דער ווילי אינגערמאן האט שוין פון פארדעם באמערקט אז דער צדיק רבי שלמה איז גאר כאריזמאטיש! נאו פראבלעם.. מיין רבי האט א מעלה אז ער איז כאריזמאטיש... פיין, אבער עס קומט צו נאך פונקטן... דעמאלטס דארף שוין זיין די והותר צו זאגן פאר זיך און די נאנטע, עד כאן!

נאכדעם איז דא פעלער ווי ער קען שוין נישט רעדן צו זיינע קינדער פון די געפאר וואס ער זעהט, ווייל זיינע קינדער האט ער געשיקט אין יענע מוסדות... אדער אבות ובנים... וואטעווער מען זאל עס רופן.


לאמיר איבערגיין די וועלטליכע אנגענומענע כללים און זעהן למעשה ביי אונז וואס איז נוגע (יעדער קען דיסעגריען פארשטייט זיך)

א. א כאריזמאטישער פירער
- עס זענען פארהאן בדורינו עטליכע משפיעים וואס זענען שטארק כאריזמאטיש, און לדעתי מיינט עס זיראו ווען עס איז נוגע לענינינו, כ’וועל געבן דא איינמאל א דוגמא וואס איז קיינעם נישט נוגע, הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, זיינע דרשות זענען געזאגט מיט מורא’דיגע כאריזמע, אבער, קוק וויאזוי ער פירט זיין קהילה... סאו, ס'איז פארשטענדליך אז עס נישט קיין פראבלעם בדרך כלל די עצם כאריזמע פונעם פירער.

ב. אינסעלאציע - חברים וואס זענען זיך מחזק צו אפהאקן די קשר מיט עני מענטש פון אינדרויסן - משפחה, חברים, אדער סתם מענטשן, כדי צו פאוקעסן אויף א לעבן וואס פראקטעצירט בלויז די אייגענע אידעלאגיע! (למשל ביי העלבראנץ איז דאס געווען א יסוד, אלע האבן פשוט און פראסט אפגעהאקט פון די געוועזענע חברים און נאנטע מענטשן, און זיכער משפחה)

ג. פולע קאנטראל - די גרופע אקטיוויזירט א שטרענגע קאנטראל אויף די התנהגות פון די מענטשן פון די גרופע, זייערע מחשבות אדער בכלל אויפפירן אין לעבן, און אסאך מאל שרייבט עס פאר וואס צו גלייבן, אנטוהן, עסן, אדער וויאזוי צו טוהן. (דא איז לב טהור געגאנגען און אויסגעפירט יעדע פרט וואס שטייט דא, אבער מען דארף זיין קלאר אז ווען א רב הייסט פאלגן וואס עס שטייט אין די תורה, שו"ע וכו’ איז נישט שייך צו זאגן אז ער קאנטראלירט דיינע מעשים... ווייל ער לערנט פשוט פאר וואס די תורה פארלאנגט, ופשוט הוא)

ד. די צודרייטע מענטעלעטי פון ’אונז קעגן זיי’ - די גרופע פאקוסירט שטארק צו מאכן א קלארע צווישנשייד (בדיבור, מען רעדט יעצט נישט פון מעשים), צווישן אונזער גרופע (די לעכטיגע, אדער געהאלפענע) ביז די פרעמדע (פארדארבענע, אדער פארלוירענע...) דאס געבט א שטארקע מח קאנטראל פונעם הויפט פונעם גרופע צו נאר טראסטן די באגלייבטע פון אינעווייניג.. און מען קען נישט טראסטן קיינעם פון די דרויסענדיגע וועלט.
(דא קען מען דעבאטירן אסאך חבורות צווישן היימישע אידן וואס האבן אזאנע סימפטאמען, נאכאלץ אויב פארמאגט עס ’נאר’ דאס איז עס לכאורה נישט קיין פראבלעם לגבי קולטיזם, עס איז מער די האס און שנאה צווישן אידן וואס איז סתם אזוי א פראבלעם...)

ה. מאניפעלאציע און עביוז - דער פירער נעמט דיינע שולד געפילן, פחד אדער בושה און נוצט עס אקעגן דיר! צומאל קען ער עס נוצן דיר צו עביוזן עקאנאמיש (דהיינו, נעמען צו ארבעטן פאר זיינעט וועגן), געפיליש, גייסטיש (למשל, ער פארשעמט דיר ווען דו פאלגסט נישט, און זאגט אז וועגן דעם ליידסטו וכו’... דאס איז נאר א משל) אדער פיזיש (עביוזן פיזיש קען יעדער פארשטיין)

ו. אמונה אינעם פירער וואס איז נישט בויגזאם - אין אונזער (סאטמארע) שפראך: דער רבי הייסט עסן חזיר, און מען עסט אן פרעגן...
אקעי, דאס איז אין אידישקייט. אבער בנוגע קולטיזם, דער פירער הייסט עני גשמיות’דיגע זאך, און דו טארסט נישט פרעגן פארוואס. (למעשה, ביי חסידישע קרייזן קען מען דעבאטירן דעם פונקט. כ’וועל פרעגן למשל הרב העכט פון חב"ד צי אויב ליובאוויטשער רבי ז"ל וואלט אים עפעס געזאגט בגשמיות אדער ברוחניות צי ער וואלט געצווייפלט פאר א רגע? סאו, דעי פוינט האבן היבש חסידישע קרייזן, חוץ לכאורה סאטמאר וגלילותיהם)

ז. דער יחיד פארן רבים - און דעיס הער איך קיינעם נישט אויפפאסן. דער יחיד, ווערט א חפץ פארן ציבור פונעם גרופע... דהיינו, זיינע אלע רצונות און באדערפענישן ווערן א פשוט’ע קרבן ’לטובת הכלל’... פון די גרופע. נידט אזויווי א עסקן וואס האט אליין אפגעמאכט צו זיך מקריב זיין לטובת הכלל.. ניין! יעדע יחיד דארט ווערט א אטאמאטישער קרבן צו אלעס אוועקגעבן פון זיך פאר די גרופע.

ח. הבטחות.. - צוזאגן אז נאר ווער עס וועט בלייבן אין אונזער גרופע וועט זוכה זיין צו אלעס גוטס לעתיד וכו’.
▼ באהאלט ספוילער
די סוגיא פון קולטיזם איז א ברייט-פארצווייגטע!


ספוילער:

קולטיזם (ווי @שוואכער #מאמענט רופט עס) האב אני הקטן אסאך שטודירט און אסאך געליינט, און מען קען זיך נאך אסאך לערנען אי"ה. אבער איך זעה אז אסאך ווייסן נישט די פשוט’ע אלף בית פון קולטיזם!

נעם אפאר מינוט, און וועסט געוואר ווערן א פיצי נאלידזש פון א מענטש וואס האט עס אביסל דורעכגעטוהן...

קודם כל, אדורעכטוהנדיג דעם נושא אביסל האבעך זיך אמאל אנגעשלאסן אין א ארטיקל פון א גוי’אישע צייטונג פון ארום 50 יאר צוריק ווען א שטעטעלע אין אפסטעיט האט זיך געעפענט פארמאכטערהייט אין שפיץ פון א פארמאכטע ארטאדאקסישע הנהגה איינפירנדיג שטרענגע הנהגות וכו’ שרייבט די צייטונג אויפן קעפל בערך די ווערטער: ’א קולט האט זיך געעפענט אין געגנט’...
מען רעדט פון קרית יואל...

יעצט, איך שרייב דיך אונטער אז די ארטיגע נישט-אידן וואס פלעגן ליינען דעם צייטונג בתמימות האבן דאן געמיינט אז א קולט האט זיך געעפענט...
יעצט, איך דארף דיר מסביר זיין אז קר"י איז נישט קיין קולט? ניין! פארוואס? ווייל ס'איז מובן מאיליו.

פארוואס שרייביך די הקדמה? ווייל מען הערט מענטשן זיך טענה’ן ווי א שטארקע קולט לב טהור איז.. און ווי שטארק זיי פייניגן למעשה פיזיש און גייסטיש זייערע מיטגלידער... אין די צייט וואס די עיקר האט מען פארגעסן! קינד און קייט מוזן באקומען א סטראנג מעסעדזש פון וויגעלע ארויס - האלט דיין מח גראד! קיינער קען נישט און וועט נישט קאנטראלירן דיין מח! האלט דיין מח ביי דיר און נישט ביי קיינעם אנדערש!

205 נפשות געפונען זיך - יעצט שרייבנדיג די שורות - אין גווטאמאלא, פארוואס? פארווען? די מוסר השכל איז פאר אונז! לאז קיינעם דיך נישט פיטערן עקסטרעמיזעם!

די נשמות וואס זענען נתקרב געווארן צו דער מנהיג פירער פון לב טהור זכרונו ל האבן באמת געזוכט הייליגקייט און ווערן נענטער צום אייבערשטן. מען טאר זיי נישט בלעימען. מען דארף בלעימען די פארדארבענע וואס זוכן בכח פון זייער מויל צו פארכאפן אומשולדיגע נשמות אין נעץ כדי צו צווינגן צו חתונה האבן. צווינגן צו הונגערן. ועולה על כולנה פרטים וואס טארן נישט געשריבן ווערן קלאר על פי תורה.

אנשטאט זוכן און נישטערן אין מינדערוויכטיגע פאני חלקים אינעם חבורת לב טהור. לאמיר זעהן ווי ווייט די כח פונעם דיבור איז צו טראגן וואוילע מענטשן ווייט ווייט פון זייער גוטע לעבן וואס זיי האבן געהאט בעפאר. ברוחניות ובגשמיות. פיזיש און גייסטיש.

אונז קענען טוהן למעשה איין זאך - א תפלה פאר זייער עתיד. און א הודאה אויף אונזער עבר. און א תפלה פאר די עתיד פון אלע אידן איבערן וועלט.

(אגב, יעדער פון אונז פארמאגט - האפנטליך - א רב, א דיין, א מורה דרך. און וואס זיי זאגן דארף מען פאלגן בתמימות ופשיטות. די תורה איז נישט קיין זאך מיט וואס מען קען ארומפירן מענטשן און ליצנות מאכן פון זיי ח"ו.

כידוע, הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס בעיני העולם האט ער בשעתו אויסגעקוקט ווי א עקסטרעמיסט, האט ער ביים ארויסגעבן דעם ספר ויואל משה געשיקט צו גרויסע רבנים ותלמידי חכמים, אפשר איז ער זיך טועה! ווער? א צדיק קדוש וטהור!? נאר, פשוט הוא, די תורה איז נישט איבערגעגעבן געווארן פאר איין רב/רבי/מנהיג צו פירן מענטשן אין באד אריין חלילה. עס איז דא חילוקי דעות, מען הערט וואס א צווייטער זאגט וכו’ וכו’)
איך האב נישט געכאפט פונקטליך וואו ער צילט, וואס ער מעג יא זאגן און וואו ער דארף שרייבן ברמיזה. נעמענדיג אבער זיינע פוינטס מיין איך אז מ'קען דאס רואיגערהייט עפלייען צו די מעינסטריעם חרדי'שע עולם..

א. א כאריזמאטישער פירער - יש לדון בדבר, אבער אסאך חסידות'ן זענען זיכער אין דעם גדר, און אפי' ווער עס האט נישט דיירעקט קיין כאריזמאטישע פירער (אדער פירער בכלל) דארף מען מעיין זיין צו זיי האבן נישט קיין פארשטארבענע פירער וועמען זיי פאלגן ווייטער נאך בלינדערהייט (סאטמאר/ליובאוויטש/געוויסע ליטווישע חדרים..), אדער קען מען אפי' דן זיין צו 'א פארטיי' בפני עצמו האט צומאל מעגליך אויך אן ענליכע עפעקט ווי א פירער..

ב. אינסעלאציע - געוויס - פון אלע אנדערע מענטשן אין די וועלט, אפי' פון אביסל מער מאדערנערע אידן אדער פון די אייגענע בלוט און פלייש וואס פארט 'נעבעך' אפ.

ג. פולע קאנטראל - שולחן ערוך, מנהגים, חומרות, השקפות, מסורה, תקנות.. ס'נאך בכלל געבליבן א מענטש דא צווישן די טויזענטער אקטיוויטעטן אויף וועמען צו האבן קאנטראל?!

ד. די צודרייטע מענטעלעטי פון ’אונז קעגן זיי’ - אנגעהויבן ביים אתה בחרתנו, און געענדיגט ביי 'אויף אלע שמוציגע גוים געזאגט'..

ה. מאניפעלאציע און עביוז - נו וואזשע דען שפירט א איד נאכן טון אן עבירה? ווער רעדט נאך פון די הארבע עבירות?

ו. אמונה אינעם פירער וואס איז נישט בויגזאם - "איך ווייס נישט, אזוי האט מיין טאטע געטון!"

ז. דער יחיד פארן רבים - האָ האָ, וואַגן זאלסטו זיך..

ח. הבטחות.. - ראשית חכמה, גן עדן, גהינום, משיח, עולם הבא, שידוכים, פרנסה, עין הרע, און וואס נישט. אבי דו בלייבסט מיט אונז!
 
נאך פון אייועלטס מאמענט אשכול

מעג אריינקומען מיט אביסל קריטיק ?
די כנישתא חדא איז ממש טריקן, זשאסט די היסטאריע און שוין...
כ'בלעים נישט יואל העניך וויל נישט רעדן אבער דאס איז נישט ווערד פאר א קאווער סטארי (ס'איז טאקע נישט!!!)
גראדע איז ער שוין אמאל געווען אויפן דעקל, דאכט זיך נאך זיין טאטעס פט(ג)ירה...
איך מיין זיין טאטע איז געווען את וואוילע איד, פאר וואס איז זיך אים גקומעם א פגירה?
 
Back
Top