גערוקט פון דא
א איד איז ביי דעפינישן הייליג און טייער. איין מאל ביסט פונעם עם הנבחר ביסטו העכער און חשובער ווי יעדע גוי. נישט קיין חילוק ווי טיף די ביסט פארזינקען אין טומאה. Just by being a yid.@ברוך הבא אין ריגארדס צו מאוויס קען איך דיר נאר זאגן איין זאך, ס'דא האפענונג!!
א יאר צירוק האט מיין ווייב נישט געוואלט הערן דערפון, איך קען נישט פינפאונטען וואס עקזעקלי האט געמאכט די טויש אז היינט ציטאגס ציבסלעך האט זי נישט אזא פראבלעם.
איך טראכט פון אפאר ריזענס פארוואס.
איינס. קען זיין ווייל איך האב געטרייט מיין לאק איין גרינעם דינסטאג אין געבעטן מיין ווייב צו וואטשן מיט מיר 'טעוויע די מיליכיגער' וואס איז זייער קלין, קלין ביי מיר האט געדארפט מיינען אז די טאטע קערעקטער גייט נישט מיט קיין שארטס, אזוי ווייט איז מיין ווייב געווען פארעקלט פון גוים, און איינמאל ס'שוין נישטא קיין 'טערדישען' קען זיין די מויערן האבן זיך דאלמאטס ציפיצלט.
צוויי. איך האב אסאך אריינגעהאקט (ארויסגעהאקט?) ביי מיר אינדערהיים אז גוים זענען נישט ביי דעפענישן עקעלדיג, ווען א קאפל קישט זיך אין פאבליק, אדער אין א מאווי איז עס נישט "עקעלדיג" איך וואלט עס לכאורה נישט געטון, אבער די עצם קישן איז נישט "עקעלדיג", און פארשטייט זיך אז א איד איז נישט ביי דעפענישן הייליג און טייער, ס'דא אידן וואס זענען א עקל, בקיצור ביי מיר אינדערהיים איז מען מורא'דיג האקעל ווי אזוי מ'רעדט פון אנדערע מענטשן.
ועוד חזון למועד.