די לעלובע פייער ברענט אין לונדון [נאך א חידוש אין לונדון הבירה]

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
202
רעאקציע ראטע
655
פונקטן
113
לונדון האט היינט געזעהן א ערשטמאליגע דערהויבענע מעמד הדלקה מלא התרגשות לכבודו פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי בראשות הרה"צ פאמ"ק רבי שמעלקע בידרמן שליט"א מלעלוב לונדון.
די מעמד איז פארגעקומען אינעם גיגאנטישע חצר פון די יסודי התורה זאלן אין שטאט.
ארום צוויי אזייגער האט די עולם אנגעהויבן צו שטראמן אנשים נשים וטף. די חצר איז געווען אויסגעשטעלט מיט פארענטשעס ארום די זייט פאר די צעירי הצאן און די בחורים אין אינמיטן איז געווען א גרויסע בימה אנגעגרייט פאר הרה"צ שליט"א און פאר די בעלי מנגנים בשיר.
די נגינה קאפעליע בראשות הרב שמאי שווארץ און די בעל מנגן נפלא הרב שמואל שטינמץ און דער טאלאנטפולע מוזיקאנט הר"ר ישעי' אויסטערליץ שליטא האבן אנגעהויבן דימעמד מיט ווארימע ניגוני שבת קודש לכבוד שבת הממשמש ובא.
ארום 2:30 איז הרה"צ שליט"א אריינגעקומען צום מעמד און די קאפעלע האט אנגעהויבן מיט לעבעדיגע ניגונים און הרה"צ שליט"א ווארימט אן די עולם "מען האט מיר געבעטן אויפוועקן לונדון, איך בין א וועקער אבער נישט קיין מחיה מתים.... דאס איז גארנישט דומה צו מירון וועקט אייך אויף אידן" און מען האט ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים.
דערנאך האט הרה"צ שליט"א מיט ווארימע ווערטער ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די הייליגע מינוטין און דערמאנט מיט התרגשות די עיני העדה די שומרים פון די שטאט די רב שליט"א מרן הגאב"ד שליט"א לרפו"ש און די רבי פון שטאט מרן רבי דוד בן סימא מירל שליט"א לרפו"ש און מיט התרגשות געזינגן "אבינו מלכינו שלח רפואה שלמה לחולי עמך", און מיט ווארימע ווערטע דערמאנט וואס די סאטמער רבי האט געזאגט הושענא רבה אז ווען מען וואלט געוויסט לעצטע יאר וואס פאר א יאר עס ווארט פאר אונז וואלט מען סאך מער איינגעריסן. מיט טרעפליכע ווערטער ארויסגעברענגט באנו באש ובמים באש איז די פייער לכבוד הרשב"י און די מים איז די טרערן וואס מען פארגיסט.
הרה"צ שליט"א האט ארויסגעברענגט מען דאווענט צו באשעפער אליין מען בעט רבי שמעון זאל זיין די שליח.. מיט א משל צו א רבישע הויף וואס מען וויל זיין גוט מיט די נאמן ביתו פון רבין כדי אריינצוגיין צום רבי! די זעלבע מיט רבי שמעון זאל ברענגן אונזער קוויטלך צום באשעפער. און מיר בעטן חלילה נישט מיט עצבות נאר מיט התרגשות, און דערנאך ווייטער געזינגן מדת הרחמים עלינו התגלגלי און ותצילנו מכל גזירות קשות אין הרה"צ שליט"א שטעלט אפ די עולם רבותי! עס שטייט נישט ותצילם נאר ותצילנו אונז אלע זענען צוזאמען אין דעם אין די התעוררות איז געווען עד מאוד.
אינמיטן זינגען דרייט זיך הרה"צ שליט"א אויס צו די פראענטשעס פון די קינדער ענק זענען אונזער ערבים לאמיר הערן זינטס מיט
הרה"צ שליט"א האט נאכגעזאגט בשם סאטמער רב אז די לעצטע מינוטין איז אזוי ווי סוף פון א מארק וואס דעמאלס קען מען איינקויפן און ארייכאפן ביליגע מציאות.
דערנאך האט הרב שמואל שטינמנץ אנגעהויבן די ניגון אלקא דיליה יקר ורבותא און די עולם האט מיטגעזינגן מיט התרגשות אום הרה"צ שליט"א שטעלט אפ די עולם און שמועסט זיך דורך מיט כביכול קוק וויפיל תורה איז דא אין שטאט רבי שמעון האט געזאגט כי לא תשכח מפי זרעו און ארויס געברענגט וויפיל חסד איז דא ה' אוהב צדיקים, וועלכע צדיקים די וואס זענען שומר את גרים יתום ואלמנה וכו'
און דער עולם האט ווארים מיטגעזינגען.
א עקסטער התרגשות דיגע מאמענט איז באמערקט געווארן ווען הרה"צ שליט"א האט באמערט א עלטערע איד וואס מען האט אריינגעפירט מיט א ווילטשע"ר האט אים הרה"צ שליט"א באגריסט פון דערווייטענס מיט א מאור פנים.
דערנאך האט הרב אברהם יעקב לאנדא פארקויפט די הדלקה פאר פופצען טויזענט פונט און הרה"ח רבי אהרן גאלדמאן איז נתכבד געווארן... (הערה קטנה: פארקויפן די הדלקה נאך די אלע מאמרי וניגוני התעוררות איז נישט אזוי אריינגעקומען.. א שטייגער ווי איינער זאל פארקויפן די עליות נאך למנצח און תקיעת שופר דרשה... )
ע"כ האב איך מיטגעהאלטן...
ברוך השם אז לונדון האט דערלעבט אזא שיינע מעמד לכבודו פון התנא האלוקי מיט די לעלובע ברען!
ימליץ טוב בעדנו אדונינו בר יוחאי!
 
Back
Top