דיינע ווערטער האבן א כח, און א גרעסערע השפעה ווי דו קענסט זיך פארשטעלן

שפרה לאווען

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
פעב. 6, 2025
מעסעדזשעס
141
רעאקציע ראטע
1,217
פונקטן
213
כ׳האב ליב די feature פון קרעמל וואס שלאגט פאָר ענדליכע טעמעס וואס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן בעפאָר מ׳עפנט א נייע שנירל, און ס׳איז טאקע ארויפגעקומען:

די שנירל 'דער כח פון א טאטע'
https://kraimel.community.forum/threads/d-r-kh-pwn-tt.1165/

אבער די אמת איז אז ס׳נישט די זעלבע געדאנק, ווייל דארט רעדט זיך פון חיזוק,
און דא איז ממש incredible צו זעהן וואספארא איינדריק אונזער יעדע ווארט האט אויף אונזערע קינדער.

כ׳וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווען כ׳האב נאך אין טאהש און מיין מאן האט געלערנט פריוואט מיט א קלוגן בחור וואס די עלטערן האבן גע׳טענה׳ט זיי האבן פראבלעמען מיט אים ווייל ער וועקט זיך אויף שפעט…

די מאמע האט אים געקויפט א ריזיגן פּיאנא און געטרייט אים ״מחזק״ זיין צו זיין מער פלייסיג

אבער די קאץ איז ארויס פון זאק איין אוונט, ווען מיין מאן האט געקלינגען דעם טאט׳ אויפ׳ן פאון צו געבן אן אפדעיט, און ער הערט דעם טאט׳ן מאכן קולות אויפ׳ן זון: דו קוה, אקס, פערד, בהמה וואס דו ביזט!!! און ער שרייט און שעלט צאם אין א געמיינע אופן וואס איך וואלט אפילו נישט געוואלט אזוי רעדן צו מיין שונא… אבער זעהט אויס ער האט געמיינט די פאון איז אויף mute און קומט צום פאון נאכדעם ״כאילו לא היה״

איבריג צו זאגן אז דער בחור איז נעבעך היינט גערירט מיט שרעקליכע מענטל פראבלעמען 💔

ליידער ווייס איך מער פעלער פון עביוסיוו עלטערן אבער דא רעד איך צו אזעלכע וואס האבן ליב זייערע קינדער אהבת נפש: ווייס אז דיין גוט ווארט קען אויפטון וועלטן! געדענק ווען דו ביזט געווען א קינד וויאזוי ס׳האט געפילט צו באקומען א גוטהארציגע קאמפלימענט, איינער וואס האט באמערקט דיין יגיעה און עס ארויסגעברענגט (איך האף האסט געהאט אזא עקספיריענס) און זאלסט וויסן ווי שטארק עס קען אויסמאכן פאר דיין קינד, עס צו הערן פון די אייגענע עלטערן. די געוואלדיגע boost וואס דאס געבט! עס קען געבן פאר א קינד א גוטע געפיל אפילו יארן שפעטער זיך דערמאנענדיג פון יענע זיסע מינוט.

די כח פון דיין ווארט איז מער ווי דו קענסט זיך פארשטעלן
 
די טאטע איז לכאורה א נארסעסיסט!
 
מסתם גערעכט

איך גלייב אז ס׳אויך דא אסך גוטהארציגע עלטערן וואס פילן פשוט ווי ס׳איז די לעצטע שטרוי אויפ׳ן קעמל׳ס רוקן
און קינדער קענען טאקע פּאָשן אונזערע בּאָטנס (lord knows I messed up big time when my children were younger) און די צרה איז ווען מ׳מיינט אז ס׳מעגליך צו זיין א גוטע parent אָן קיין support

View: https://www.instagram.com/reel/DLab774x_KF/?igsh=MWpuZnVrOHBoMHZoOA==
 
לעצט רעדאגירט:
This made me tear up
Beautiful to see parents
who are able to heal
איך האב אלעמאל געהאפט
צו קענען געבן פאר מיינע קינדער
וואס איך האב נישט געהאט
אבער כ׳האב נישט געוואוסט
אז ס׳נעמט עכטע היילונג צו קענען fully דערגרייכן
אזא גרויסע ציל

דעי מאמע איז זעהט אויס געבענטשט
אז זי האט פריצייטיג באקומען איר טשענס פון היילן
I messed up a lot בעפאר כ׳האב געלערנט

View: https://www.instagram.com/reel/DJzby_1tWST/?igsh=MXJzemR0YXNxdm1rbw==
 
1001366817.jpg
 
ס׳זאגט זיך אסך גרינגער ווי ס׳טוט זיך
(דאס בילד מט עס אויסזעהן ווי ס׳זייער simple
כאילו אזוינס פאסירט איבערנאכט)

ווי די באוואוסטע מחברת Bell Hooks האט מיט wisdom מסביר געווען:
זעלטן איז עס מעגליך, אויב בכלל, אז סיי ווער פון אונז זאל געהיילט ווערן אן הילף און סופּארט פון אנדערע

כ׳געדענק ווי כ׳האב זיך ציוויינט ווען כ׳האב דאס ערשטע מאל געהערט די באקאנטע אויסדריק:
It takes a village to raise a child

ווייל ביז דעמאלס האב איך ערווארטעט פון זיך דאס אוממעגליכע.
צו דערגרייכן אלע הויכע אידיאלן
without asking for help

דו קענסט נישט שעפּן פון א ליידיגע ברונעם;
אויב מ׳וויל געבן פאר די קינדער עפעס בעסער,
מוז מען זיך אליין אנפילן מיט עפעס בעסער,
פארגינען פאר זיך אליין אלע גוטע זאכן וואס מ׳וואונטשט זיך פאר זיי
און נאכדעם קען זיין פון וואו צו שעפּן.
 
איר זענט גערעכט אז די עלטערן דארפן זיך היילן קודם אבער עווערנעס איז די ערשטע גוטע סטעפ
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top