כ׳האב ליב די feature פון קרעמל וואס שלאגט פאָר ענדליכע טעמעס וואס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן בעפאָר מ׳עפנט א נייע שנירל, און ס׳איז טאקע ארויפגעקומען:
די שנירל 'דער כח פון א טאטע'
https://kraimel.community.forum/threads/d-r-kh-pwn-tt.1165/
אבער די אמת איז אז ס׳נישט די זעלבע געדאנק, ווייל דארט רעדט זיך פון חיזוק,
און דא איז ממש incredible צו זעהן וואספארא איינדריק אונזער יעדע ווארט האט אויף אונזערע קינדער.
כ׳וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווען כ׳האב נאך אין טאהש און מיין מאן האט געלערנט פריוואט מיט א קלוגן בחור וואס די עלטערן האבן גע׳טענה׳ט זיי האבן פראבלעמען מיט אים ווייל ער וועקט זיך אויף שפעט…
די מאמע האט אים געקויפט א ריזיגן פּיאנא און געטרייט אים ״מחזק״ זיין צו זיין מער פלייסיג
אבער די קאץ איז ארויס פון זאק איין אוונט, ווען מיין מאן האט געקלינגען דעם טאט׳ אויפ׳ן פאון צו געבן אן אפדעיט, און ער הערט דעם טאט׳ן מאכן קולות אויפ׳ן זון: דו קוה, אקס, פערד, בהמה וואס דו ביזט!!! און ער שרייט און שעלט צאם אין א געמיינע אופן וואס איך וואלט אפילו נישט געוואלט אזוי רעדן צו מיין שונא… אבער זעהט אויס ער האט געמיינט די פאון איז אויף mute און קומט צום פאון נאכדעם ״כאילו לא היה״
איבריג צו זאגן אז דער בחור איז נעבעך היינט גערירט מיט שרעקליכע מענטל פראבלעמען
ליידער ווייס איך מער פעלער פון עביוסיוו עלטערן אבער דא רעד איך צו אזעלכע וואס האבן ליב זייערע קינדער אהבת נפש: ווייס אז דיין גוט ווארט קען אויפטון וועלטן! געדענק ווען דו ביזט געווען א קינד וויאזוי ס׳האט געפילט צו באקומען א גוטהארציגע קאמפלימענט, איינער וואס האט באמערקט דיין יגיעה און עס ארויסגעברענגט (איך האף האסט געהאט אזא עקספיריענס) און זאלסט וויסן ווי שטארק עס קען אויסמאכן פאר דיין קינד, עס צו הערן פון די אייגענע עלטערן. די געוואלדיגע boost וואס דאס געבט! עס קען געבן פאר א קינד א גוטע געפיל אפילו יארן שפעטער זיך דערמאנענדיג פון יענע זיסע מינוט.
די כח פון דיין ווארט איז מער ווי דו קענסט זיך פארשטעלן