גרושים

לפי"ז קען מען אפשר זאגן א פשט אז בהתלמוד טרעפט מען אז בדרך כלל ווערט דער מאן אין אזא פאל גערופען "מגרש". אין פסחים קיב. טרעפט מען אז "גרוש שנשא גרושה ארבע דעות במטה" ע"ש. דארט ווערט ער יא אנגערופען "גרוש". און מ'קען זאגן אז די רמז דערין איז, אז ער דארף זיך מחזק זיין און ריקן ווייטער מיט שטארקייט (איך פארשטיי אז דאס קאסט א ים מיט גייסטישע כוחות) - ער איז א "מגרש" און האט קאנטראל אויף זיין דעסטיני. ווארום אז נישט, און ער טראכט נאך צוריק און אין אָנגעוואנדן אינעם עבר עכ"כ אז ארבע דעות במטה אפילו ווען ער ריקט זיך שוין יא ווייטער, דאן ווערט ער טאקע דארט גערופען "גרוש" אין א פּאסיוון אופן, און נישט "מגרש" וועלכער איז דער וואס מאכט אקטיווע באשלוסן פאר זיך.

{התנצלות: איך בין ב"ה קיינמאל נישט געווען אין די מצב. טאמער טוהן מיינע ווערטער איינעם באדערן באיזה אופן שהיא, בעהט איך מחילה. ועכ"כ, טאמער וועט מען מיר בעהטן באישי דאס צו מעקן, וועל איך דאס טוהן.}
זייער שיין
עס האט מיך זייער געפאלן
 
מיין חבר איז א גרוש, וואס ממש עס עסט מיר דאס געזונט וויאזוי ער לעבט.

ער האט גארנישט געטוישט, ער גייט אן מיט די זעלבע לעבן, אינעם זעלבן סיסטעם, זעלבע שעות, זעלבע לאקאלע בית מדרש, זעלבע היט, זעלבע שיך-בענדל-גאַרטל ביי מערב, זעלבע קעמל אינעם בראכסאוני העמד, זעלבע נסיעה צו קערעסטיר מיט זייט טאטע, זעלבע סדר נאכט, זעלבע מארלבעראו-לייטס א פישקע אין דריי טעג, זעלבע "באַדי קאונט", זעלבע הושענות ווארפן צום זעלבן ארון קודש. זעלבע קפרה סענטער, זעלבע קפרה הינדל און אזוי קען מען דערציילן און דערציילן.

ממש א שאד, כ'ווייס אים נישט וויאזוי צו אויפקלערן, אז ער זאל אנהייבן ענדזויען די פרייקייט. זעהט אפילו נישט אויס ווי עס באדערד אים עפעס.(אדער איז ער נעבעך אזוי צעקלאפט אז ער האט נישט די ענערגיע צו הנאה האבן).
אפשר וועגן דעים האט אים די ווייב ג'גט.. און זיין ווייב'ס קאפ איז א נארמאלע מאן, איינער וואס טוישט אביסל זאכן.. עיין כן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איז דא דא איינער פון די שלמה-פעדער-טשעסטער-פסח גרופע?
 
If you want, you can message me and I'm more than happy to answer any questions you may have.
 
כ'האב געהערט חול המועד וויאזוי ס'געווען די ערשטע טעג דארט, און היינט האב איך ווידער געקלונגען הערן וויאזוי ס'געווען די צווייטע טעג.
כ'הער אז ס'געווען ממש א ''יום טוב''...
כ'האב געהאט דארט סיי א ברודער, א קאזין און אויך א נאנטער חבר מיינע.

גוט פאר זיי! די גרושים מעגן אויך לאכן אביסל, און ס'זיי נישטא וואס מקנא צוזיין אינעם יאר רונדע. ס'איז א מצוה משמח צוזיין א סינגל, גרוש, צו פרוד, גענוי ווי מ'וויל משמח זיין א חולה נצרך צו יתום.

גאט העלף אלע יודען.

אויב ס'דא עטליכע משתתפים פון דארט, דא אינעם קרעמל, ווערן זיי מכובד איבערצוגעבן אפאר קרישקעלעך. אפשר וועט דאס העלפן אנדערע שטיצן דעם אירגון החשוב וואס נויטיגט זיך אין היבשע פאנד'ס
 
לעצט רעדאגירט:
אויב ס'דא עטליכע משתתפים פון דארט, דא אינעם קרעמל
לויט ווי אזוי איך קען די חברה דא אין קרעמל, איז מען בכלל נישט עקסייטעד פאר עני ארג. וואס קאטעגערייזט מענטשן וואס האבן פלעין נישט געטראפן האפט אין זייער חתונה געהאטע לעבן. דאונט געט מי ראנג, ס'איז לכאורה א לייף סעיווער פאר מענטשן וואס זענען באגראבן אין די קאמיוניטי און זיי פילן א שרעקליכע שעים צו זיין גע'גט,

איך האב מורא אז איך בין ראנג, אבער יעצט האלט איך אזוי.
 
לויט ווי אזוי איך קען די חברה דא אין קרעמל, איז מען בכלל נישט עקסייטעד פאר עני ארג. וואס קאטעגערייזט מענטשן וואס האבן פלעין נישט געטראפן האפט אין זייער חתונה געהאטע לעבן. דאונט געט מי ראנג, ס'איז לכאורה א לייף סעיווער פאר מענטשן וואס זענען באגראבן אין די קאמיוניטי און זיי פילן א שרעקליכע שעים צו זיין גע'גט,

איך האב מורא אז איך בין ראנג, אבער יעצט האלט איך אזוי.
לויט וופיל איך ווייס, איז עס נישט בלויז די סיסטעם, צו דאס עצם גט, נאר א סך הכל פון א זאמעל צרות וואס יעדער באזונדער טראגט מיט זיך, און ווען מ'איז אליינס, איז עס שווערער, און ווען מ'איז אריבער אזעלכע עקסטרעמע שינויים אין לעבן, איז עס ממש פיקוח נפש צוצולייגן א יד עוזר וסומך.
 
איך האב מורא אז איך בין ראנג, אבער יעצט האלט איך אזוי.
ביסט 100 פראצענט גערעכט.
אויף למעשה איז עס זיכער גוט פאר א גרוש וואס איז אין די סיסטעם במחשבה ובמעשה.
אבער פון א ברייטערע בליק איז עס טאקע א חורבן... מ'מאכט געוויסע מענטשן פאר א רחמנות און דערנאך קומען גוטע מענטשן העלפן מיטן צושטעלן שיינע שבתים. אויך מיר א סעלושען...

ס'איז ווי גיין אין 1850 אמעריקע מאכן אן ארגענעזאציע צו געבן עמאשענעל סופארט פאר שווארצע קנעכט... גיי מאך איהם אויס קנעכט...
שריי אויס אין די גאסן אז איינער וואס האט פונקט יעצט נישט א ווייב, צו בחור צו גרוש, איז די זעלבע חשובע איד.
בכלל דאס געבן א לעבל, בחור אדער גרוש איבלט און שטינקט. פארוואס אין דער וועלט זאל איינער געלעבלט ווערן מיט א ספעציעלע ווארט פאר זיין פארהייראטע סטעטוס?

די זעלבע מיט מיידל, גרושה... ס'איז אלעס אלטמאדישע טראדיציעס פון הונדערטע יאר צוריק ווען די גאנצע סטאטוס פון א פרוי איז געווען צו זי איז שוין גענומען דורך א מאן... צייט צו לאזן לויפן אלע לעבלען און סטיגמעס וואס האבן נישט קיין פשט און פארשאפן נאר צער.
 
אלא מאי אלע סאפפורט גרופעס איז אנדערש? פארקערט, מ'זאל מאכן מער גרופעס, פון מער סארט גרופעס מענטשן, סיי סינגלס וואס זענען מאדערן, סיי וואס זענען מער עקסטרים, ווייל סך הכל געבט עס א אפענע שפראך אז יענע וואס האבן נישט געוואוסט אז ס'דא נאך הונדערטע אויב נישט טויזענטע וואס ליידן און גייען דורך ענליכע זאכן, זענען היינט באקאנטע טעמעס וואס ס'איז דא הילף פאר דעם.

די געלט איז נאר די שטיצע, אבער די עצם גרופע איז פונקט ווי יעדע חברה, קאמפאני, סארט מאוומענט און דאס גלייכן.
כ'מיין אז אינעם גרופע ווערן עקסטרימע מער אפן, ווי איידער מאדערנע מער פרום....
 
ביסט 100 פראצענט גערעכט.
איך האב שוין געמיינט אז איך בין 100% גערעכט אז כ'בין ראנג :ROFLMAO:
פארוואס אין דער וועלט זאל איינער געלעבלט ווערן מיט א ספעציעלע ווארט פאר זיין פארהייראטע סטעטוס?
אט אזוי.. אזוי ווי די רבי זצ"ל האט שוין געזאגט אז די וואס מאכן די פייער ווערן די לעשער!!
און קיינער זאל ח"ו נישט מיינען אז איך רייס אראפ די ארג. פונקט פארקערט די אידן וואס טעון עס אשרי להם,
נאר די פאקט איז אז די וועג ווי אזוי אונז טוען זאכן מאכט אז אזעלכע ארגענעזעישענס זאלן זיין קריטיש וויכטיג.

יא טאקע דעס וואס דו זאגסט @יאסעלע ברוין
נאר א סך הכל פון א זאמעל צרות וואס יעדער באזונדער טראגט מיט זיך,
פארוואס טראגט א גט אזויפיל צרות? ווייל די מאן און ווייב האבן זיך קיינמאל נישט געקענט, מ'האט עפעס נישט קיין באזונדערע געפיל צו איר, און זי נישט צו אים, הייבט זיך אן א גאנצע איגא געים, אלע שושבינין ווערן אריינגעמישט,

קענסט מיר מסביר זיין וועלכע נארמאלע מענטש 5 יאר נאך די חתונה נעמט נאך עדווייס פון זיין טאטע ווי אזוי צי האנדלען ווען די שלום בית טויג נישט? ביזט אן עדאלט, זעץ דיך אראפ מיט דיין ווייב, און פרעג איר ווי א נארמאלע מענטש ווי אזוי גייט מען ווייטער?
 
ווען די ארגענעזעישנס מאכן א קאמפיין געב איך זיי געלט פארוואס?

ווייל איך האב א טראפקי אנדערע בליק אויפן לעבן ווי וואס איך האב געהאט א יאר צירוק, מיינט נאך נישט אז כלל ישראל איז אויפגעראכטן געווארן,

די ארגענעזעישנס איז קריטיש וויכטיג
 
Back
Top