קען זיין עס איז אמת - אבעער קען די זעלבע זיין אז עס איז געבויט אויף חלומות.
אדרבה זאל איינער ארבעטן אויף דאטא פון אלע הויפן און גרופעס און זעהן.
נעם למשל קול מבשר: (איינער האט דערמאנט דא אז האלב פון זיי זענען סקווירא. עס איז נישט אמת)
דא איז א ליסטע פון רוב האוסטס און רעדנער אויף קול מבשר וואס אלע פון זיי האבן א טאלאנט פון רעדן און ידיעות
1) יצחק שלמה דרעזענער - סאטמאר
2) הערשל פריעדמאן - סאטמאר
3) פנחס גלויבער - ?
4) שמעון ראלינצקי - סאטמאר
5) יצחק קלאר - ?
6) יואל פעלזן - סאטמאר
7) יוסף געשטעטנער - ?
8) מענדל אונגאר - סקווירא
9) וועלוועל שמעלצער - סקווירא
10) שרגא שטערן - סקווירא
11) טערקלטויב - ?
12) יוסי לעווי - ?
13) קליינגעלט - פנחס לייפער - וויזניץ? ?
14) יואל ברוין - סאטמאר
15) משה שפיצער - ?
16) משה נחום קרויס - ?
17) הענדל ברייער - סקווירא
18) אברהם יוסף גארדאן - סקווירא
19) וועלוול פעלדמאן - סקווירא
20) אלעזר קרויס - וויזניץ
21) שמואל פוקס - וויזניץ
22) דאנציגער - סקווירא
פון איבער 25 מענטשן וואס רעדן זענען טאקע 7 סקווירא. נאכנישט קיין רוב, און אויך נישט קיין האלב.
איצט נעם די זיבן, זענען זיי א גרעסערע חידוש פון די דורכשניטליכע אינגערמאן וואס איז זייערס א גלייכן אין א אנדערע הויף?
איז אין באבוב נישטא קיין איין אינגערמאן וואס קען גוט פאליטיק און האט א גוטע צינג? מסתמא יא, איז מיט וואס איז די סקווירא מער טאלאנטפול?
אלא מאי, די טענה איז לאו דוקא. און צווייטענס אפילו אויב יא, איז די חידוש מער אז זייערע מענטשן גייען ארויס אויף די וועלט מער ווי די אנדערע, עס איז מסתם דא א לאגיקע סיבה דערפאר ווערענדיג אויפגעוואקסן אין א שטארקע באקס.