גוים קענען סקווירא

נישט קיין גוטער מקור

ווייטער נישט קיין גוטע מקור. ע"כ איז עס נישט קיין גוטע משל אין הנידן דומה. אבער די ווארט איז פארט ריכטיג ע"כ פייפ איהם טאקע אן און גיי נישט אין ערגעץ.
ראשית: וואס איז געשען מיט די שנית?

והשנית: וואס וואלט יא געווען א גוטע מקור?

והשלישית: וועליך לאזן לויפן פאר יעצט.
 
3) פנחס גלויבער - סאטמאר
16) משה נחום קרויס - סאטמאר
הגם א קנעפל אויף קול מבשר איז בכלל נישט קיין אינדיקעיטאר אויף טאלאנט.

מיר זעט אויס ווי יעדע קהילה האט בערך די זעלבע לעוועל פון טאלאנט, געוויסע האבן מער וואס גייען ארויס צו די אלגעמיינע גאס און געוויסע ווייניגער.
 
ער איז דארט אויפגעוואקסען, זיין טאטע וואוינט נאך אלץ דארט, און ער האט דארט געלערנט אלע יארן ביז זיין חתונה
און געוואוינט דארט נאך די חתונה פאר עטליכע יאר. און זיין טאלאנט האט ער אנגעהויבן אין סקווירא. פאר יארן לאנג זענען לאנגזאם און פעלדמאן געווען אויסדרוקלעך אין סקווירא, און פון דארט צו זושא שמעלצערס פלעיס, ביז זיי זענען אנגעקומען צו די גרויסע וועלט.
 
קענסט שוין צולייגן צו שלמה שטיינמעץ וואס האט אויך גארנישט מיט סקווירא אויסער אז זיין טאטע איז אן ארבעטער פאר די קאמפעני :)
 
הגם, סקווירא וואלט לכאורה אויך געווען די גרעסטע אויף די ליסטע אויב רעכענט מען אויס וועלכע קהילה האט די מערסטע אפגעפארענע.
 
קענסט שוין צולייגן צו שלמה שטיינמעץ וואס האט אויך גארנישט מיט סקווירא אויסער אז זיין טאטע איז אן ארבעטער פאר די קאמפעני :)
ווען נישט זיין טאטע איז אזוי גרויס אין אנגענומען וואלט ער שוין לאנג געפלויגען... ס"ה אנגעקומען ווערענדיג א איידעם ביי די דארטיגע דיין רב אונגאר ז"ל
און איז ווייט פון א חסיד פונעם רעזשים
 
הגם, סקווירא וואלט לכאורה אויך געווען די גרעסטע אויף די ליסטע אויב רעכענט מען אויס וועלכע קהילה האט די מערסטע אפגעפארענע.
ווענדט זיך וואס דו רעכנסט פאר "אפגעפארן", עס זענען דא הונדערטער סקווירא יונגעלייט מגולחים און וואס די ווייבער גייען בכלל נישט חסידיש אנגעטון וואס אין אנדערע חסידות וואלטן זיי געהייסן "אפגעפארן" אבער אין סקווירא זענען זיי נאך אלס א חלק פון די קהילה.

ביי די גרויסע הכנסת ספר תורה אין סקווירא עטליכע חדשים צוריק איז עס זייער ניכר געווען, איך ארבייט מיט א פרוי וואס איז אן "אפגעפארענע" פון סקווירא, מען זעט בכלל נישט אויף איר לבוש אז זי איז יודיש (די איז לכאורה שומרת שבת און טהרת המשפחה אבער לכאורה נישט צופיל מער דערפון) אבער זי האט נישט אויפגעהערט צו רעדן פון דעם הכנסת ספר תורה פאר עטליכע טאג בעפאר און נאכדעם מיט עקסייטמענט און ווי איך הער איז זי ווייט פון די איינציגסטע, אין סאטמאר וואלט אזא פרוי זיך נישט אידענטיפיצירט מיט די קהילה און אוודאי נישט געקומען צו אזא מאורע
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס איז טאקע פשט פון דעם? פארוואס האלטען זיי זיך אזוי שטארק אין ליבע מיט די קהלה אפי' נאכען אפפארען? האט זיי די קהלה טאקע אזויפיל גוטס געטוהן?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס איז טאקע פשט פון דעם? פארוואס האלטען זיי זיך אזוי שטארק אין ליבע מיט די קהלה אפי' נאכען אפפארען? האט זיי די קהלה טאקע אזויפיל גוטס געטוהן?
עס זעהט מיר אויס אז זייער וועד איז בכלל נישט אויסגעשטעלט צו רודפן די מענטשהייט. די שטרענגטקייט וואס הערשט דארט און די איבערגעטריבענע קדושה וכדו' זענען די תקנה'ס. ווער עס וויל די תקנה'ס נישט איינהאלטן, פארלאנגט מען פונעם יחיד בס"ה נישט צו וואוינען אין שטעטל אבער נישט מיט ווארפן, שיסען, שטויסען, דאס מין השגה פון רופן צו א זיצונג ברבים פון 10 עלטערע פון די קהלה, און מבזה זיין, שרייען מנובל שגץ, סטראשען מיט מוסדות וכו' איז נישט זייער דרך.

אבער אויב ביסטו אן אויבער חכם און מען פאלגט נישט און מען בלייבט אין שטעטל נאכן זיך פירן מיט דיר מיט רעספעקט. דאן ביסטו נידן לשריפה. אבער צו אנקומען צו דעם דארף מען זיין א פאראזיט. און זאגן ניין דוקא דא וועל איך טוהן וואס איך וויל. אבער אויב טוסטו נישט דאס בלייבסטו זייער בעסטע פרענד מיטן פילסטן מאס רעספעקט. נאך מער מען וועט אזא איינעם אפי' מקרב זיין ווען ער פאלט אריין פאר א שבת אדער א מסיבה חתונה וכדו' ער פיהלט זיך נישט קיין אויסגעשפיגענער.

אלעס גייט מיט דרכי נועם ווען איינער ווערט דארט אפיר גענומען רעדט מיט איהם מיט רעספעקט און ער ווערט נישט באזידעלט ווי א קליין אינגעל אין חדר ווי עס ווערן געטוהן אין סאטמאר כן נראה לפענ"ד הק'.

פרעיג א אינגערמאן פון סאטמאר און א אינגערמאן פון סקווירא וואס זענען געווען אין די מצב. אדרבה, נצא הספר ונחזה ווי אזוי דער סאטמארער אינגערמאן איז געווארן באהאנדעלט פון די ר(אשי)שע הקהלה און ווי אזוי דער סקוויראר אינגערמאן איז געווארן באהאנדעלט פון זייער ראשי הקהלה. און דאן וועט מען זעהן דעם ראו בן בני לבן חמי.
 
וואס איז טאקע פשט פון דעם? פארוואס האלטען זיי זיך אזוי שטארק אין ליבע מיט די קהלה אפי' נאכען אפפארען? האט זיי די קהלה טאקע אזויפיל גוטס געטוהן?
אין סקווירא קענסטו טוהן די ערגסטע עבירות, ווי לאנג דו ביזט א חסיד.
דו קענסט זיין די פרומסטע, אבער אויב ביזטו נישט א חסיד דאן איז עק וועלט
 
אויב ס'איז אזוי ווי לייבוש און היכי דמי שרייבען, איז עס זייער שיין מצד סקווער, און אויך גאנץ קלוג,
מסתם האלט עס אסאך פון אפפארען נאך ווייטער, ווייל זיי זענען באליבט אין די קהלה
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אויב ס'איז אזוי ווי לייבוש און היכי דמי שרייבען, איז עס זייער שיין מצד סקווער, און אויך גאנץ קלוג,
מסתם האלט עס אסאך פון אפפארען נאך ווייטער, ווייל זיי זענען באליבט אין די קהלה
צו ס'איז היינט אזוי ווייס איך נישט - אויב יא האב איך הנאה פון זייער תשובה טון
אבער אמאל איז זיכער נישט געוועהן אזוי, טאקע נישט קיין וועד ווי קרית יואל אבער יא גערודפט ווער ס'איז נישט געגאנגען אין שפאן, עס מופט זיך נישט פון איין מינוט צום צווייטען
אמאל האט אפלאזען סקווירא געמיינט אפלאזען אידישקייט לגמרי מיט העיט & ווייטאג

היינט איז דא אסאך פרומע אבער מער בעל בתישע סארט וואס האבן אליינס ארויס בעיקר קייו גלילות מאנסי, און דורף דעם געבליבען חסידים/אוהדים מרחוק, אנדרעש וואלטען זיי שוין געוועהן שונאים
 
אויב ס'איז אזוי ווי לייבוש און היכי דמי שרייבען, איז עס זייער שיין מצד סקווער, און אויך גאנץ קלוג,
מסתם האלט עס אסאך פון אפפארען נאך ווייטער, ווייל זיי זענען באליבט אין די קהלה
איך קען נישט די פונקטליכע היסטאריע דערפון אבער דאס אז סקווירא האט שיינע מוסדות און בתי מדרשים פאר זיינע חסידים אין מאנסי בשעת נעבן קרית יואל פארשטיינערט מען איינעם וואס חלומט פון עפענען אן אייגענעם מוסד (אפילו די וואס האבן פרובירט צו גיין בנשיאות) ווייזט ווי אנדערש די אפראוטש איז
 
פאר יארן האבן זיי געהאט איין אלטע שטיבעל אהן קיין מוסדות, מ'האט געדארפט שיקן אין שיכון דייקא
עס האט זיך זייער שנעל געטוישט פאר בערך 15 יאר צוריק פחות או יותר, היינט איז דא 9 שטיבלעך און פול פלעדזש חדר & סקול
 
פאר די ערשטע יאר נאך וואס מען מופט ארויס פון שטעטל, נעמט מען נישט אן די קינדער אין די מאנסי מוסדות

(כ'מיין זיי ווילן זעהן ווי ווייט די עפל גייט פאלן)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פאר יארן האבן זיי געהאט איין אלטע שטיבעל אהן קיין מוסדות, מ'האט געדארפט שיקן אין שיכון דייקא
עס האט זיך זייער שנעל געטוישט פאר בערך 15 יאר צוריק פחות או יותר, היינט איז דא 9 שטיבלעך און פול פלעדזש חדר & סקול
און ישיבה קטנה מיט א שוהל פאר איינע פון די רביס קינדער אין וועסלי היללס (מייל?)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
בשעת נעבן קרית יואל פארשטיינערט מען איינעם וואס חלומט פון עפענען אן אייגענעם מוסד (אפילו די וואס האבן פרובירט צו גיין בנשיאות) ווייזט ווי אנדערש די אפראוטש איז
פרוביר עפענען א שוהלעכעל אין דיין בעיסמענט אדער גיין דאווענען אין די אלטעהיים אנטקעגן איבער דעם שטעטל אויפן 45. נאך דעם וועסטו מיר לאזן וויסען צו די תגובה איז נאך פעליג.
 
Back
Top