ציצית קניפער
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- מערץ 9, 2026
- מעסעדזשעס
- 57
- רעאקציע ראטע
- 321
- פונקטן
- 53
איך בין אויפגעוואקסן מיט די נאושן Notion אז עלטערן האבן מער ליב די קינדער ווי זיך אליין. איך בין אלעמאל געווען סקעפטיש איבער דעם, און איך האב עס אנגעקוקט ווי א מעניפולעשען טאקטיק.
לעצטנס איז מיר איינגעפאלן א פשוטע טעסט צו אויסגעפינען אויב דאס איז אמת. וואס וועט זיין אין א פאל וואס די קינד'ס הארץ הערט אויף ארבעטן און דער דאקטער זאגט אז עס איז דא איין עצה, מען נעמט ארויס די טאטעס אדער מאמעס הארץ, אזוי קען די קינד ווייטער לעבן, אבער דער וואס געט אוועק די הארץ גייט שטארבן. וואלטן די עלטערן אוועקגעגעבן זייער הארץ?
(איך ווייס אז היינט איז דא פעיסמעקערס מיט נאך גוטע עצות, אבער די נושא דא איז נישט צו זיכן עצות, נאר צו מאכן א ליטמעס טעסט. אויך הלכה'דיג איז פשוט אז אין דוחין נפש מפני נפש, אבער איך רעד נישט הלכה'דיג).
ביי מיר איז ברור אז קיינער וואלט נישט אוועקגעגעבן זייער הארץ פאר זייער קינד, (יא, איך האב קינדער). און עס נעמט נישט אוועק די פאקט אז עלטערן האבן בדרך כלל זייער ליב זייערע קינדער און זענען גרייט זייער אסאך אוועקצוגעבן פון זיך, און מען ווערט נישט קיין שלעכטע עלטערן אויב מען האלט נישט ביים אוועקגעבן די אייגענע לעבן פארן קינד.
אבער עס פראווט די מאמר אז "די עלטערן האבן מער ליב די קינדער ווי זיך אליינס" אלץ א פשוט'ע ליגענט און מעניפולעשען טאקטיק.