האחיכם ילכו למלחמה ואתם תשבו

סאיז דא אסאך שיטות
קענסט נישט מדמה זיין גור, וויזניץ, באבוב, קלויזענבורג, בעלזא,
אין דעים יעדע חסידות - רבי -האלט אנדערש,
און אזוי אויך ביי די לטאים
שיטות הרב קוק, חזון איש, הרב שך, הרב עובדיה יוסף, סטייפלער, הרב שטיינמאן, ועוד
עס זעט זיך אויס אז דו רעדסט צו א צווייטע, נישט צו מיר.
איך בין נישט קיין סאטמארער, די מדינה איז נישט קיין כפירה בביאת המשיח.
אבער אפילו לויט זיי, האט קיין שום איינער פון די דערמאנטע רביס געהאלטן אז די מדינה איז אתחלתא דגאולה אדער עפעס ציוניש. לא היו דברים מעולם.

די אלגעמיינע שיטה, פון כמעט אלע גדולי ישראל פון פארן קריג, איז אז ציונות איז א סכנה פאר אידישקייט, און א באוועגונג פאר אידן וואס איז נישט באזירט אויף תומ"צ איז בעצמותו א שטיק כפירה.

יא, זיי האבן מצליח געווען צו גרינדן א מדינה, און ליידער ליידער האבן זיי א גאנצע ווערטשאפט, מיט אידישע נעמן און קולטור, וואס פאדערט נישט תומ"צ. א בית משפט וואס פסקנט נישט ווי די תורה, איז דאס נישט קיין מרידה בתורה? א רעגירונג מיט מאכט וואס פאדערט נישט שמירת התורה (איך מיין נישט צווינגן מענטשן צו היטן תורה, אבער נאר ווייל דאס וועט נישט ארבעטן, נישט ווייל עס איז נישט ריכטיג), איז דאס דען נישט קיין כפירה בתורה? א לעבענסשטייגער וואס די מקסימום וואס מ'קען פאדערן איז אז זיי זאלן לאזן אונז היטן תומ"צ, איז דאס נישט קיין טראגעדיע? איך פארשטיי נישט ווי איז שייך צו זאגן אנדערש.

השגחת השם בעולמו איז בכלל נישט קיין סברא. די זעלבע השגחה האט געמאכט חרדים וואס שרייען נאציס אויף ציונים. מה עניינו לכאן? יא, מיר זענן דאנקבאר פאר די רואיגע לעבן וואס מיר האבן אין ענגלאנד, אמעריקא, פראנקרייך, און מדינת ישראל. אבער מרידה בה' ובתורתו איז עס ווייטער. דאס איז געווען די כוונה פון הרב משה הלל הירש, און באמת אזוי האבן אלע געהאלטן זייט דעמאלס. סאטמאר פארדרייט א קאפ כאילו נאר זיי זענן די 'ריינער נישט ציונים', בשעת אז זיי פארלייגן זיך אויף א נישטיגע פרט פון די נושא.
די ציונים פירער זענען גיוועהן כופרים , נאר זיי האבן
גיפאמפעט יישוב ארץ ישראל , מיט דעם צוברענגען די מאסן אין זייערע רייען,און עווענטועל אהנקומען אין ארץ ישראל און מאכן א ניי פאלק פון יידן אהן תורה נאר מיט פאטריאטיזם פאר א לאנד מיט וועסטערןוועליוס , און א גרויס חלק פון זיי מיטן פולע אייפער , פארברענטע קאמוניסטן מיט איהר טיפע כפירה.
האבן זיך אלע ערליכע אפגישאקלט פון זיי , און יישוב ארץ ישראל האט געקריגען א סטיגמא,וואס
האט גורם גיוועהן אז די יידן אין אייראפע-די ערליכע
זענען געבליבן בעצת רבם ומדריכם שוקט על שמריו
אין הונגריה פוילן און נאך ארצות על -שוקט על שמריו-אזוי ווי סיטינג דאקס עד אשר עלה הכורת און גיברענגט חרב הרג ואבדן פאר רוב יושביה ,

מיט השגחה פרטית פון גאט , איז דער צורר נישט אריין געקומען אין ארצנו הקדושה והיה ציון לפליטה
און נאך די שווערע ביטערע כליון ואבדון וואס האט
אראפגנידערט אויף אונזערע פארגייערס אין אייראפע , האט מען גיעפנט די טויערן פון ארץ ישראל ( בשעת די הריגות און מערדערייען האט ענגלאנד פארשפארט די ענטרענס קיין ארץ ישראל)
און די יישוב האט זיך פארברייטערט פון כל ארצות
פזוריהם- און פון די לאגערן- די הנהלה ווירטשאפט
איז נאך גיוועהן טאטאל אונטער די לינקע כופרים
בן גוריון וחביריו- האט זיך אויטאמאטיש אזוי געפירט אז ווען עס איז געקומען שעת מלוכה פאר
יידן פון די השגחה ( אפילו ריש גרגותא מוקמי מן שמיא ) עליונה , זענען די עומדים בראש פעקטשועלי
בן גוריון וסייעתו , גיוועהן אשר עלה בגורלם מכריז צוזיין אז עם ישראל האט היינט צוטאג א ממשלה און א מדינה אבער דאס איז גיוועהן א בת קול מן השמים, וואס דער בן גוריון האט זוכה גיוועהן אויס צורופען.
ביי די עליה פון בבל נאך גלות נבוכדנצר,איז דוקא דער מלך כורש פון פרס דער נבחר און זוכה גיוועהן אין דעם כרוז ,מי בכם ויעל און ישעיה הנביא רופט עהם כה אמר ה׳לכורש משיחו
סאו אמאהל איז עס כורש און צומאהל איז עס בן גוריון -אונז טהייל מיר נישט אהן פאר גאט-
יעצט אז עס איז דא א יידישע מלוכה האבן זיך ערליכע יידן צוזאם גינומען אין מייסד גיוועהן ישיבות מוסדות-א טהייל אינדעפעדענט,א טהייל מיט סיוע פון ממשלה,און א טהייל און גאנצן פון ממשלה, (מפרט צוזיין א טהייל מוסדות ,חסידיות תולדות אהרן ודומיו ,חינוך עצמאי ודומיו , און חינוך ממלכתי דתי ) און אלע אנדערע בכלל און זיי האבן מגדל גיוועהן איבער די יאהרן אלפים ורבבות שומרי תורה ומצוות , אויף אזא פארנעם אז אין כעת תשפ״ו זענען רוב - מער ווי העלפט קינדער וואס זענען גיווארן איינגעשריבן אין די ערשטע קלאס עלעמענטערי שולעס גיוועהן שומרי תורה ,
דאס איז א געוואלדיג דערגרייכונג -וואס ווייזט אז רוב איינוואהנער אין ארץ ישראל וועלן
אין די קומענדיגע דורות זיין פרומע יידן -
דאס ווייזט די כח פון א יידישע מדינה אפילו לגבי
שמירת תורה ומצוות , אז עס האט גימאכט א נייע
טרענד - ווען פאר די לעצטע 300 יאהר זענען די שומרי תורה איבער דיגאנצע וועלט גיוועהן הולכים ונמעטים ,די רעפארם און פורקי עול זענען גיווארן רוב פון כלל ישראל
אין אבער אין מדינת ישראל, גילויבט צו גאט דא א נייע טרענד,דער המון עם , ווערט מער און מער נתקרב צו תורה ומסורה , הישמע כזה אין די לעצטע 300 יאהר?
איז נאך יעצט דא אזעלכע קליינקעפיגע בני אדם
וואס טרויען זיך צו זאגן, אז די מדינה שמד אויס.
זאלן זיי קוקן ביי זיך,וואס מתקן צוזיין ווי איידער
מוציא שם רע זיין אויף א מדינה וואס גאט האט
גיגעבן ברוב רחמיו וחסדיו לעמו ישראל.
 
ממש אזוי!
שטייט דא אז געוויסע 'דברים' וואס זענן 'אמורים' פאסן נישט ביי בני הקראים.
שטייט נישט אז זיי זענן פטור פון תורה, אדרבא - עס שטייט אז מיר דארפן זיי צוריק קערן צו תורה.

בקיצור, פונקט ווי איך האב געשריבן.

(איינער וואס כאפט א אידיש קינד און לאזט אים נישט היטן תורה ביז די קינד איז א תינוק שנשבה, האט גארנישט געטון? ווייל די קינד, און שפעטער דער מענטש, איז דאך פטור?! הגע בעצמך)
 
איך ווייס נישט וואס דו ווייסט, אבער אין מדינת ישראל איז פארהאנן א שולע סיסטעם, ווי רוב קינדער לערנן. דארט לערנן מען נאר לימודי חול, און אסאך אפיקורסות, פונקט ווי אין אלע פובליק שולעס אין דער מערב וועלט. דער חילוק איז אז אין ענגלאנד זענן זיי גוים, און אין א"י זענן זיי אידן.

פונקט ווי ווען איינער וואלט גע'עפענט א שולע אין טשיקאגא פאר אידישע קינדער, און דארט לערנט מען נאר רעצעפטן און אידישע לידער, וואלט עס געווען א שמד אפאראט, אזוי אויך די בתי ספר ממלכתיים אין ארץ ישראל.

זיי מברר פאר זיך.
מכיתה א לומדים תנך בכל בית ספר ממלכתי עד סוף התיכון
 
ממש אזוי!
שטייט דא אז געוויסע 'דברים' וואס זענן 'אמורים' פאסן נישט ביי בני הקראים.

איך האב נישט קיין אנונג וואס די זאגסט דא

שטייט נישט אז זיי זענן פטור פון תורה, אדרבא - עס שטייט אז מיר דארפן זיי צוריק קערן צו תורה.
איך וועל דיר זאגן וואס די רמב"ם פסק'נט,
די אלע וואס זייער טאטע איז געווען פריי, ווערן נישט גערעכט פאר א מומר/כופר, ווייל ער איז אזוי אויפגעוואקסן (אפי' ער ווייס וויאזוי אידן פירן זיך, און די תורה, ווערט ער גערעכנט ווי א אונס, ווייל מ'האט אים אויסגעלערנט אום ריכטיג)

דערפאר איז פאסיג זיין צוריקצוקערן, און זיי צו ציען מיט פרידליכע רייד,
ביז זיי וועלן זיך צוריקקערן צו די שטארקייט פון די תורה,

סכום
א כופר אדער א מומר איז נאר איינער וואס האט איז נאכגעגאנגען זיין הארץ און האט דיסיידעד אז ער גלייבט נישט אין די תורה ,

זייערע קינדער אבער האבן נישט די הלכה פון א כופר/מומר = זענען געהעריגע אידן

ער איז אזויווי איינער וואס איז געצווינגען נישט צו פאלגן די תורה, = זענען פטור צו האלטן די תורה,

ס'איז פאסיג זיי צו מאכן בעלי תשובות, אויף פרידליכע וועגן,

בקיצור, פונקט ווי איך האב געשריבן.
איז דאך גוט, זענמר אויף איין פעידזש

א פרייערע? א איד ? אַ גוי?
וואס כאפט א אידיש קינד און לאזט אים נישט היטן תורה
וויאזוי כאפט מען די קינד, וויאזוי לאזט מען נישט היטן די תורה?

ביז די קינד איז א תינוק שנשבה, האט גארנישט געטון? ווייל די קינד, און שפעטער דער מענטש, איז דאך פטור?!
אוואדאי אזוי, דאס מיינט דאך פשוט תינוק שנשבה

סא להלכה זענען וואס זענען געבוירן צו פרייע עלטערן פטור פון צו האלטן די תורה און מצוות, מ'קען זיי נישט צווינגען, אבער מיט פרידן איז פאסיג זיי צו ציען צו די תורה
סא וויאזוי וועסטו מ'זאל צווינגען די פרייע צו געבן א דתי'דיגע חינוך?
 
דו פארדרייסט שוין דיין אייגענער ווערטער.

האסט געשריבן אז תינוקות שנשבו (שנשבע) זענן פטור פון תורה. ביסט גרייט מודה צו זיין אז דאס איז געווען א טעות?
 
דו פארדרייסט שוין דיין אייגענער ווערטער.
וואס פונטקליך פארדריי איך
האסט געשריבן אז תינוקות שנשבו (שנשבע) זענן פטור פון תורה. ביסט גרייט מודה צו זיין אז דאס איז געווען א טעות?
זיכער זענען זיי פטור, דאס איז וואס שטייט אין רמב"ם
 
מען גייט זיך דא אנהויבן ארום טענה'ן אויף די פשט פון די ווארט "פטור"... מען גייט אבער פארלירן די "עססענס" פון די הויפט און עיקר טענה'ריי.

די יסוד ה'טענה'ריי איז אז די וואס שרייען כופרים, אפיקורסים, און אנדערע ווילדע לאזונגען אויף די היינטיגע מדינת ישראל חילונים, זענען נישט אין איינקלאנג מיט רמב"ם וואס @מילך טראק האט געברענגט.
 
קען זיין מען האט שוין דערמאנט
דער חזון אי״ש האט גיזאגט להלכה,אז די היינטיגע
חילונים וואס ווערן אזוי מחונך מנעוריהם,האבן א דין
פון תינוקות שנשבו .
 
די יסוד ה'טענה'ריי איז אז די וואס שרייען כופרים, אפיקורסים, און אנדערע ווילדע לאזונגען אויף די היינטיגע מדינת ישראל חילונים, זענען נישט אין איינקלאנג מיט רמב"ם וואס @מילך טראק האט געברענגט.
עס האט קיינער נישט געשריגן, דא אין אשכול, כופרים אפיקורסים אדער סיי וועלכע ווילגע לאזונג. ווארשיינדליך האסטו עפעס געזען און דאס האט געטריגערט די נארישקייטן פון דיין יונגער יארן.

למעשה, איז דאס אז אפאראט פון שמד, צו עס קומט זיי מורידין ולא מעלין צו נישט. און דעריבער זעט מען נישט קיין עמטליכע חילוק צווישן די שיטות, נאר לגבי למעשה.
 
שמד מיינט נישט פרייע אידן נאר פרומע וואס ווערן פריי,
איך נעם בכלל נישט אין די טיילונג צווישן פרומע און פרייע אידן. א קינד איז א קינד, א אידיש קינד וואס דארף לערנן תורה און היטן מצוות. נעמן אזא קינד, צו אפערן אזא קינד, א חינוך פון נישט תורה ומצוות איז שמד.
אמעריקע איז אויך א שמד אפאראט?
אמעריקא איז אן אנדערע זאך, עס האט נישט מיט אידן. ווען אמעריקא וואלט געווען א אידישע מדינה, געמאכט פאר אידן און פארטרעטענדיג אידן, און אין די זעלבע זאץ זאגענדיג אז אידן מיינט נישט היטן תורה ומצוות, און אזוי וואלטן זיי געפירט די מדינה, וואלט עס געווען די זעלבע.
ווען אידן גיבן זיך איבער צו די אמעריקאנער חינוך, זענן די וואס געבן איבער די וואס שמדן זייער קינדער, ליידער בלא יודעים.

דאס האט גארנישט מיט דער וואס מאכט א מוסד פאר אידן וואס פארקויפט די היפך פון אידישקייט.
 
אוואדאי אזוי, דאס מיינט דאך פשוט תינוק שנשבה
האסט אפגעהאקט אינדערמיט.

דער וואס כאפט דער קינד, ער נעמט א אידיש קינד און ער כאפט אים און ער לייגט אים אריין אין א קלויסטער, האט ער עפעס ראנג געטון? ווען נישט אים, וואלט דער קינד געלערנט תורה און געהיטן מצוות, דורך זיין מעשים וואקסט ער אויס א קריסט.
לויט דיין פאבריצירטע הלכה אז א תינוק שנשבה איז פטור פון מצוות, האט ער גארנישט ראנג געטון.

אבער אזא הלכה עגזיסטירט נישט. א תינוק שנשבה איז מחוייב אין אלע מצוות. ער איז נאר יעצט אן אנוס ווייל ער ווייסט נישט. דעריבער איז דאס קיין תירוץ נישט אז ער איז א תינוק שנשבה. תינוק שנשבה איז נוגע לגבי איין זאך - אז ער איז נישט שולדיג פאר זיין מעשים, און עס האט נישט קיין פשט אים צו באשטראפן דערפאר. (דער חזון איש לערנט אנדערש, אבער אויך נישט נוגע.)
 
איך נעם בכלל נישט אין די טיילונג צווישן פרומע און פרייע אידן. א קינד איז א קינד, א אידיש קינד וואס דארף לערנן תורה און היטן מצוות. נעמן אזא קינד, צו אפערן אזא קינד, א חינוך פון נישט תורה ומצוות איז שמד.

אמעריקא איז אן אנדערע זאך, עס האט נישט מיט אידן. ווען אמעריקא וואלט געווען א אידישע מדינה, געמאכט פאר אידן און פארטרעטענדיג אידן, און אין די זעלבע זאץ זאגענדיג אז אידן מיינט נישט היטן תורה ומצוות, און אזוי וואלטן זיי געפירט די מדינה, וואלט עס געווען די זעלבע.
ווען אידן גיבן זיך איבער צו די אמעריקאנער חינוך, זענן די וואס געבן איבער די וואס שמדן זייער קינדער, ליידער בלא יודעים.

דאס האט גארנישט מיט דער וואס מאכט א מוסד פאר אידן וואס פארקויפט די היפך פון אידישקייט.
איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט דא
שמד אפאראט איז א מציאות, איז אמעריקע אויך א שמד אפאראט, יא צו ניין?
 
האסט אפגעהאקט אינדערמיט.

דער וואס כאפט דער קינד, ער נעמט א אידיש קינד און ער כאפט אים און ער לייגט אים אריין אין א קלויסטער,
פון ווי נעמט מען קינדער?
וויאזוי נעמט ער קינדער ?
וואס איז מיט די עלטערן ?
ווער זענען די עלטערן ?
ווער נעמט ?
נעמען קינדער פון די עלטערן איז א געפערליכע עוולה
ס'האט נישט צו טוהן צו פון פרומע אדער פרייע עלטערן.

לויט דיין פאבריצירטע הלכה אז א תינוק שנשבה איז פטור פון מצוות, האט ער גארנישט ראנג געטון.
איך מאך נישט אויף קיין הלכות, איך ברענג נאך פון די פוסקים.

אבער אזא הלכה עגזיסטירט נישט. א תינוק שנשבה איז מחוייב אין אלע מצוות. ער איז נאר יעצט אן אנוס ווייל ער ווייסט נישט. דעריבער איז דאס קיין תירוץ נישט אז ער איז א תינוק שנשבה. תינוק שנשבה איז נוגע לגבי איין זאך - אז ער איז נישט שולדיג פאר זיין מעשים, און עס האט נישט קיין פשט אים צו באשטראפן דערפאר. (דער חזון איש לערנט אנדערש, אבער אויך נישט נוגע.)
א אונס איז נישט נישט קיין שוגג, א אונס איז פטור פונקט ווי חרש שוטה וקטן
 
(די ערשטע האלבע תגובה ווייס איך נישט וואס דו ווילסט. אז דו האסט ליעב צו שפיעלן מיט ווערטער, לחיי.)

האסט א רמב"ם? ווייל דיין רמב"ם שטייט ממש פארקערט, אז ער איז מחוייב צו היטן מצוות און מיר מוזן אים העלפן דערצו.

'מיר' מיינט יעדער איד, אפילו ביבי נתניהו, יאיר לפיד, און אהרן טייטלבוים. אלע זענן מחוייב צו העלפן דער קינד היטן תורה און לערנן תורה.
 
(די ערשטע האלבע תגובה ווייס איך נישט וואס דו ווילסט. אז דו האסט ליעב צו שפיעלן מיט ווערטער, לחיי.)
איך וועל די מסביר זיין

דער וואס כאפט דער קינד, ער נעמט א אידיש קינד און ער כאפט אים און ער לייגט אים אריין אין א קלויסטער

דער (קריסט) וואס כאפט (אהן רשות פון די ערליכע עלטערן) דער קינד, ער נעמט א אידיש (ערליכע) קינד און ער כאפט אים און ער לייגט אים אריין אין א קלויסטער האט די קריסט געטוהן א געפערליכע עוולה, דאס איז די מעשה פון גמרא,

אין די זעלבע פארקערט,
עעצט

ווען עלטערן גיבן איבער א קינד פאר א חילוני צו אדאפטירן, און זיי גיבן אין א פרייע חינוך האבן זיי גארנישט געטון ראנג.

האסט א רמב"ם? ווייל דיין רמב"ם שטייט ממש פארקערט, אז ער איז מחוייב צו היטן מצוות און מיר מוזן אים העלפן דערצו.
קלאר אז נישט

'מיר' מיינט יעדער איד, אפילו ביבי נתניהו, יאיר לפיד, און אהרן טייטלבוים. אלע זענן מחוייב צו העלפן דער קינד היטן תורה און לערנן תורה.
שטייט נישט אין רמב"ם, לערנען נאכאמאל איבער.
 
נאדיר די גאנצע רמב"ם

(א) מי שאינו מודה בתורה שבעל פה אינו זקן ממרא האמור בתורה אלא הרי זה בכלל האפיקורוסין ומיתתו בכל אדם:
(ב) מאחר שנתפרסם שהוא כופר בתורה שבעל פה מורידין אותו ולא מעלין והרי הוא כשאר כל האפיקורוסין והאומרין אין תורה מן השמים והמוסרין והמומרין שכל אלו אינם בכלל ישראל ואין צריך לא לעדים ולא התראה ולא דיינים אלא כל ההורג אחד מהן עשה מצוה גדולה והסיר המכשול:
(ג) במה דברים אמורים באיש שכפר בתורה שבעל פה במחשבתו ובדברים שנראו לו והלך אחר דעתו הקלה ואחר שרירות לבו וכופר בתורה שבעל פה תחילה כצדוק ובייתוס וכן כל התועים אחריו אבל בני התועים האלה ובני בניהם שהדיחו אותם אבותם ונולדו בין הקראים וגדלו אותם על דעתם הרי הוא כתינוק שנשבה ביניהם וגדלוהו ואינו זריז לאחוז בדרכי המצות שהרי הוא כאנוס ואע"פ ששמע אח"כ שהוא יהודי וראה היהודים ודתם הרי הוא כאנוס שהרי גדלוהו על טעותם כך אלו שאמרנו האוחזים בדרכי אבותם הקראים שטעו לפיכך ראוי להחזירן בתשובה ולמשכם בדברי שלום עד שיחזרו לאיתן התורה:

די ערשטע צוויי הלכות זענן די חיוב מיתה פון אן אפיקורס ומומר, און דערנאך קוואליפירט דער רמב"ם אז דאס גילט נישט ביי בני הקראים, מענטשן וואס זענן ליידער אויפגעהאדעוועט ביי תועים, און זיי טאר מען נישט הרגנן. נאר מיר דארפן זיי מחזיר זיין בתשובה עד שיחזרו לאיתן התורה.

ער רעדט בכלל נישט פון חייב אדער פטור מן המצוות. נישט דאס איז די נושא. אבער תוך דבריו זעט מען אז אידן זענן מחוייב זיי מחזיר זיין בתשובה, וואס ווייזט קלאר אז זיי זענן מחוייב במצוות, ווארום איינער וואס איז פטור מן המצוות דארף מען גארנישט טון אז ער זאל טון מצוות. א שוטה מעג ווייטער זינדיגן לארך ימים.
 
נאך עפעס, ס'מאכט נישט סענס אז די רמב"ם זאל אױך רעדן פון ביבי נתניהו אדער אנדערע װאס שטײען בראש פון די רעגירונג און ער זאל זײ אױכעט אָנרופן תינוקות שנשבו װײל שוּרלי האבן זײ די מעגליכקײטן און די רעסורסן פון זיך עדיוּקײטְן איבער די אמת'דיגקײט פון די תורה לעומת װאס מען האט זײ געלערנט אינדערהײם און פונדעסטװעגן דאך טועהן זײ עס נישט. אמת ס'קומט זײ נישט קײן מיתה אבער תינוקות שנשבו זענען זײ נישט.
 
@קץ דוחק ווילאנג נאך וועסטו זיין א פרומער אויף יענעם'ס חשבון?
 
Back
Top