הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

אויב איז עס א פיינע בחר\מיידל אינטערעסירט קיינעם נישט וויאזוי זיי זענען געבוירן.
 
האביך אויך געוואלט שעפן רענדעמלי אביסל אומזיסטע חכמה פונעם חכם הדור/אשרי הדור. איז צו מיין באשערטע מזל האביך פונקט אויפגעמישט דעם ווידיאו צום 18:00 מינוט מארק. הער איך גאר אז ביז קאפערניקוס מיט גאליליי איז דער וועלט געווען פלאך. און זיי האבן אויפגעוויזן אז סאיז רונדעכיג. וואס ווייס איך קליינער נעבעך. במחילה מכבוד חכמתו.
ouch! קיינער איז נישט פערפעקט
 
און אפשר פארקערט אויף ס'דא רבנים וואס ווילן אז די גאנצע וועלט זאל וויסן אז דאס וואס מ'טוט היינט איז געבויט אויף א היתר פון סאטמארער רבי אדער ר' זלמן לייב פילאפ?

פארוואס האסטו נישט אזוי געהאלטען ווען מ'האט דן געווען איבער ספערם דאנעשעין, אז סאטמארער רבי איז קראפטטירט?

צו ביי חלב סתם צו עני אנדערע שאלה
נו אין הכי נמי, קען זיין אז זיי האבן זיך געהאט זייערע זאכן פארוואס זיי האבן עס געוואלט מתיר זיין

אבער ס'קוקט אויס אז דו כאפסט נישט די המשך פון די קאנווערסעישאן, כספי האט געפרעגט פארוואס ס'קען נישט זיין סתם א הלכהדיגע מחלוקת, פארוואס מוז עס ווערן א מערכה, יענקעלע כהן איז ביזי האקן אויף זיין האטליין, געוויסע אוסרים דרוקן זיך אויס שארף.

האב איך געזאגט וואס ס'קוקט מיר אויס אז ס'שטופט זיי עס צו מאכן פאר אזא אידישקייט מערכה, איך האב נישט געזאגט אז ווער ס'אסרט איז קארופטעד.
 
אויב ווילסטו העלפן די קאפלס זיי ענדערשט מתיר עגג און ספערם דאנעשעין, ווי ר' משה פיינשטיין, ס'איז אסאך ביליגער און גרינגער.
אויב מ'וויל העלפן קאפלס זאל מען מתיר זיין עפעס וואס לויט זיי איז אסור? די הויפט מתיר פון די שאלה איז ר' בנימין לאנדא, ער האלט אז דאונער עגג איז אסור, און ער האלט אז די אוועריען טרענספלענט איז מותר, און אויף דעם איז מען דן.
 
סאיז באמת נישט נוגע למעשה ביי שידיכים ווייל קיין ממזר איז מען נישט ווילאנג סאיז נישט געווען דרך ביאה
ס'איז יא דא געציילטע וואס ווילן זאגן אז די קינד זאל זיין א ממזר

און אגב די דברי יואל האט געהאלטן אז נישט בדרך ביאה קען מען יא זיין א ממזר

און ס'איז טאקע א גרויסע חידוש, אזוי האב איך פארשטאנען קען זיין איך בין ראונג

יעדע איד האט א חזקת כשרות, און אפילו די מאמע אליין איז נישט באגלייבט צו עדות זאגן אויף איר קינד אז דאס איז א ממזר
ווי קומט אריין חזקת כשרות? מ'מעג מאכן א ממזר מיטן חשבון אז ווען ס'וועט קומען דערצו וועט מען עס פארלייקענען, און מ'וועט זאגן חזקת כשרות?
 
אויב מ'וויל העלפן קאפלס זאל מען מתיר זיין עפעס וואס לויט זיי איז אסור? די הויפט מתיר פון די שאלה איז ר' בנימין לאנדא, ער האלט אז דאונער עגג איז אסור, און ער האלט אז די אוועריען טרענספלענט איז מותר, און אויף דעם איז מען דן.
איך האב מיך באצויגן אויף געוויסע וואס האבן געשריבן אז די צד האסורים זענען אכזרים, האב איך געשריבן אז די צד המתירם זענען פונקט אזוי אכזרים, ווייל זיי האבן גע'אסר'ט דאנער ספערם.
 
Back
Top