הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

האביך אויך געוואלט שעפן רענדעמלי אביסל אומזיסטע חכמה פונעם חכם הדור/אשרי הדור. איז צו מיין באשערטע מזל האביך פונקט אויפגעמישט דעם ווידיאו צום 18:00 מינוט מארק. הער איך גאר אז ביז קאפערניקוס מיט גאליליי איז דער וועלט געווען פלאך. און זיי האבן אויפגעוויזן אז סאיז רונדעכיג. וואס ווייס איך קליינער נעבעך. במחילה מכבוד חכמתו.
ouch! קיינער איז נישט פערפעקט
 
און אפשר פארקערט אויף ס'דא רבנים וואס ווילן אז די גאנצע וועלט זאל וויסן אז דאס וואס מ'טוט היינט איז געבויט אויף א היתר פון סאטמארער רבי אדער ר' זלמן לייב פילאפ?

פארוואס האסטו נישט אזוי געהאלטען ווען מ'האט דן געווען איבער ספערם דאנעשעין, אז סאטמארער רבי איז קראפטטירט?

צו ביי חלב סתם צו עני אנדערע שאלה
נו אין הכי נמי, קען זיין אז זיי האבן זיך געהאט זייערע זאכן פארוואס זיי האבן עס געוואלט מתיר זיין

אבער ס'קוקט אויס אז דו כאפסט נישט די המשך פון די קאנווערסעישאן, כספי האט געפרעגט פארוואס ס'קען נישט זיין סתם א הלכהדיגע מחלוקת, פארוואס מוז עס ווערן א מערכה, יענקעלע כהן איז ביזי האקן אויף זיין האטליין, געוויסע אוסרים דרוקן זיך אויס שארף.

האב איך געזאגט וואס ס'קוקט מיר אויס אז ס'שטופט זיי עס צו מאכן פאר אזא אידישקייט מערכה, איך האב נישט געזאגט אז ווער ס'אסרט איז קארופטעד.
 
אויב ווילסטו העלפן די קאפלס זיי ענדערשט מתיר עגג און ספערם דאנעשעין, ווי ר' משה פיינשטיין, ס'איז אסאך ביליגער און גרינגער.
אויב מ'וויל העלפן קאפלס זאל מען מתיר זיין עפעס וואס לויט זיי איז אסור? די הויפט מתיר פון די שאלה איז ר' בנימין לאנדא, ער האלט אז דאונער עגג איז אסור, און ער האלט אז די אוועריען טרענספלענט איז מותר, און אויף דעם איז מען דן.
 
סאיז באמת נישט נוגע למעשה ביי שידיכים ווייל קיין ממזר איז מען נישט ווילאנג סאיז נישט געווען דרך ביאה
ס'איז יא דא געציילטע וואס ווילן זאגן אז די קינד זאל זיין א ממזר

און אגב די דברי יואל האט געהאלטן אז נישט בדרך ביאה קען מען יא זיין א ממזר

און ס'איז טאקע א גרויסע חידוש, אזוי האב איך פארשטאנען קען זיין איך בין ראונג

יעדע איד האט א חזקת כשרות, און אפילו די מאמע אליין איז נישט באגלייבט צו עדות זאגן אויף איר קינד אז דאס איז א ממזר
ווי קומט אריין חזקת כשרות? מ'מעג מאכן א ממזר מיטן חשבון אז ווען ס'וועט קומען דערצו וועט מען עס פארלייקענען, און מ'וועט זאגן חזקת כשרות?
 
אויב מ'וויל העלפן קאפלס זאל מען מתיר זיין עפעס וואס לויט זיי איז אסור? די הויפט מתיר פון די שאלה איז ר' בנימין לאנדא, ער האלט אז דאונער עגג איז אסור, און ער האלט אז די אוועריען טרענספלענט איז מותר, און אויף דעם איז מען דן.
איך האב מיך באצויגן אויף געוויסע וואס האבן געשריבן אז די צד האסורים זענען אכזרים, האב איך געשריבן אז די צד המתירם זענען פונקט אזוי אכזרים, ווייל זיי האבן גע'אסר'ט דאנער ספערם.
 
הרב ר' שמואל אליעזר שטערן מתלמידי הרב וואזנער איז דא אין אמעריקא די טעג
ר' בינימין לאנדא מיט ר' חיים אהרן אונגאר זענען ארויף צו איהם און פאר א לענגערע צייט מסביר געוועהן די צד ההיתר און פרובירט אז ער זאל מסכים זיין צו זיי, למעשה זענען זיי ארויס מיט גארנישט..
נאך יענעם אויפדערנאכט איז ר' יצחק שטיין מ'פאלטישאן און דעברצינע רב, ארויף און איבער געגאנגען די צד האוסרים ר' יצחק האט כדרכו, מיט געברענגט א הויפן תשובות, דאקימענטן,
עכ"פ די חברה רוען נישט איין, ס'קאכט זיך אינטער די קאליסן....
 
ס'איז יא דא געציילטע וואס ווילן זאגן אז די קינד זאל זיין א ממזר

און אגב די דברי יואל האט געהאלטן אז נישט בדרך ביאה קען מען יא זיין א ממזר

און ס'איז טאקע א גרויסע חידוש, אזוי האב איך פארשטאנען קען זיין איך בין ראונג
דאס איז טאקע א מדרש פליאה, ווייל אפילו גוי הבא על בת ישראל פסק'נט מען אז הולד כשר

סאיז דא וואס טענה'ן טאקע אז ווען סאטמאר רב האט געזאגט ממזר האט עס נישט געמיינט ממזר
נאר ער האט געמיינט אז מ'זאל עס נישט טוהן

ווי קומט אריין חזקת כשרות? מ'מעג מאכן א ממזר מיטן חשבון אז ווען ס'וועט קומען דערצו וועט מען עס פארלייקענען, און מ'וועט זאגן חזקת כשרות?

ס'קוקט אויס אז דו כאפסט נישט די המשך פון די קאנווערסעישאן, שלום וברכה האט געשריבן אז גאנץ כלל ישראל דארף זיין אריינגעמישט אין די שאלה ווייל ס'איז נוגע פאר שידיכים, אויף דעים ארויף האב איך עס געשריבן.
 
נו אין הכי נמי, קען זיין אז זיי האבן זיך געהאט זייערע זאכן פארוואס זיי האבן עס געוואלט מתיר זיין

אבער ס'קוקט אויס אז דו כאפסט נישט די המשך פון די קאנווערסעישאן, כספי האט געפרעגט פארוואס ס'קען נישט זיין סתם א הלכהדיגע מחלוקת, פארוואס מוז עס ווערן א מערכה, יענקעלע כהן איז ביזי האקן אויף זיין האטליין, געוויסע אוסרים דרוקן זיך אויס שארף.

האב איך געזאגט וואס ס'קוקט מיר אויס אז ס'שטופט זיי עס צו מאכן פאר אזא אידישקייט מערכה, איך האב נישט געזאגט אז ווער ס'אסרט איז קארופטעד.
איך ווייס נישט ווער דעי כהן איז, און איך האב די האטליין נישט געהערט, אבער וויפיל איך הער, איז עס קריטיק אויף די אוסרים, אז זיי זיכן אטענשאן, ווער איז ער אריינצורעדן, שלעכטע מענטשן אויפן חשבון פון די קאפעלס וכו' אויף די מתירים האב איך עס נישט געהערט, בזמן וואס די גאנצע היתר איז א סברה, א שטיקל לומדות, וואס איז בכלל נישט מוכרך אזוי צו זאגן, איך מיין אז יעדער קען פארשטיין פארקעט אויך,

האלטסט אז ס'איז מותר פיין, וואס גייט דיר אהן אז אנדערע אסרן
 
איך ווייס נישט ווער דעי כהן איז, און איך האב די האטליין נישט געהערט, אבער וויפיל איך הער, איז עס קריטיק אויף די אוסרים, אז זיי זיכן אטענשאן,
די האטליין איז פון יענקעלע כהן, איך מיין אז ס'קומט זיך אים א אשכול פאר זיך, ער פירט יעדן טאג מערכות, איין טאג איז דער א שייגעץ, און איין טאג איז א צווייטער א שייגעץ און ער ברענגט א ראיה פונעם ערשטן שייגעץ אז ער האט געפסקנט אנדערש פונעם צווייטן, דאן ווערט דער ערשטער שייגעץ א צדיק, ביז די נעקסטע מערכה וואס איז פארקערט.

ביי דעם מערכה האט ער גענומען די צד האוסרים.

אסאך פון די אוסרים האבן גענומען די מהלך פון גיין עד הסוף, אז ס'איז געפערליך, ר' מענדל זילבער שרייבט אז ער האפט אז אלע מתירים זאלן חוזר זיין, ר' משה זאב זארגער שרייבט גאר שארפע לשונות, ועוד נאך אסאך שרייבן גאר שארף.

האלטסט אז ס'איז מותר פיין, וואס גייט דיר אהן אז אנדערע אסרן
דאס איז נוגע ביידע זייטן, אנשטאט ס'זאל זיין א הלכהדיגע דיון איז עס געווארן א מערכה.
 
א תשובה פון ר' שלמה משה עמאר, ער שרייבט לאיסור.

איינער האט זיך מיר אויסגעדרוקט, עולם הפוך ר' שלמה עמאר מער מחמיר ווי הגרז’’ל פילאפף...
 
בייגעלייגטע פיילס

  • WhatsApp Image 2025-05-26 at 12.38.27 AM.jpeg
    WhatsApp Image 2025-05-26 at 12.38.27 AM.jpeg
    496.6 KB · געזען: 131
  • WhatsApp Image 2025-05-26 at 12.36.33 AM.jpeg
    WhatsApp Image 2025-05-26 at 12.36.33 AM.jpeg
    290.8 KB · געזען: 129
לעצט רעדאגירט:
אסאך פון די אוסרים האבן גענומען די מהלך פון גיין עד הסוף, אז ס'איז געפערליך, ר' מענדל זילבער שרייבט אז ער האפט אז אלע מתירים זאלן חוזר זיין, ר' משה זאב זארגער שרייבט גאר שארפע לשונות, ועוד נאך אסאך שרייבן גאר שארף.

דאס איז נוגע ביידע זייטן, אנשטאט ס'זאל זיין א הלכהדיגע דיון איז עס געווארן א מערכה.
אוסרים זאלן שרייבן שארפע לשונות אויף די מתירים איז דאך נארמאל, דברי יואל איז אנגעפילט מיט שארפע לשונות קעגען די מתירים

עני וועי א מעשיגענע וועלט
 
א לאנגע סעריע תשובות פון ר' שלמה משה עמאר, ער שרייבט לאיסור.

איינער האט זיך מיר אויסגעדרוקט, עולם הפוך ר' שלמה עמאר מער מחמיר ווי הגרז’’ל פילאפף...

הר' שלמה משה עמאר.pdf
איינער האט דאס געפרעגט וויאזוי קען זיין אז ר' זלמן לייב פילאפ איז מתיר אין ר' הערשל אויש אסרט, טענה'עט ער אז די וואס קוקן מער הלכה חלק זענען מתיר וויבאלד דאס ליגט דאך שוין אין די נייע פרוי,מען מאכט זיך מיט די אויגן און קוק נישט אויף די ען עי

אבער די וואס זענען מער אין מעדיקעל אסר'ן ווייל די די ענ עי איז פון די ערשטע פרוי
 
ר' אברהם עמרם מייזלס, מיהאלדי רב שרייבט לאיסור

תשובת הרב אברהם עמרם מייזלס גאבד מיהלדי.pdf
ס'זעהט אויס ווי יואלי לאנדא האט איהם געפרעגט די שאלה.... [קוק די ערשטע שורות]
זעהט אויס אז ער האט געמיינט אז ער וועט מתיר זיין...
צום סוף שרייבט ער , עוד אבקש ממך שתתקן הכתיבה שיהא הקורא ירוץ בו.....
איך האב נישט געוואוסט אז ר' אברהם עמרם איז נאך אזוי פריש, 36 זייטן קע"ה
 
ר' אברהם עמרם מייזלס, מיהאלדי רב שרייבט לאיסור

תשובת הרב אברהם עמרם מייזלס גאבד מיהלדי.pdf
אוי, באמת חבל, ממש א waste. די גאנצע תשובה איז נישט מער ווי נאך ראיות אויף די אלטע שאלות (הזרעה מלאכתית וכדומה, egg donation וכו,). אבער בנוגע די עיקר הדיון זאגט ער גארנישט. פאר 35 פעידזשטס רעד ער וועגען די אלטע נושאים אין און די לעצטע שורה זאגט ער "דאס זעלבע איז אויך די הלכה מיט אוועריס" אן קיין שום ראיה. ויותר גרוע, ער איגנארירט בכלל די שאלה אז אפשר יש לחלק צווישן eggs און אוועריס. ממש א ברכה לבטלה.
 
איך ווייס נישט ווער דעי כהן איז, און איך האב די האטליין נישט געהערט, אבער וויפיל איך הער, איז עס קריטיק אויף די אוסרים, אז זיי זיכן אטענשאן, ווער איז ער אריינצורעדן, שלעכטע מענטשן אויפן חשבון פון די קאפעלס וכו' אויף די מתירים האב איך עס נישט געהערט, בזמן וואס די גאנצע היתר איז א סברה, א שטיקל לומדות, וואס איז בכלל נישט מוכרך אזוי צו זאגן, איך מיין אז יעדער קען פארשטיין פארקעט אויך,

האלטסט אז ס'איז מותר פיין, וואס גייט דיר אהן אז אנדערע אסרן
די יענקעלע כהן שטייט אייביג אויף די צד האוסרים נישט קיין חילוק וואס די נושא איז
 
אוי, באמת חבל, ממש א waste. די גאנצע תשובה איז נישט מער ווי נאך ראיות אויף די אלטע שאלות (הזרעה מלאכתית וכדומה, egg donation וכו,). אבער בנוגע די עיקר הדיון זאגט ער גארנישט. פאר 35 פעידזשטס רעד ער וועגען די אלטע נושאים אין און די לעצטע שורה זאגט ער "דאס זעלבע איז אויך די הלכה מיט אוועריס" אן קיין שום ראיה. ויותר גרוע, ער איגנארירט בכלל די שאלה אז אפשר יש לחלק צווישן eggs און אוועריס. ממש א ברכה לבטלה.
נאר דו ווייסט...
 
ער רעד יא קוק צב"ש אות י"ג אויף דף 23 וואו ער איז מסביר פארוואס ער איז נישט מחלק
 
Back
Top