הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

אוי, באמת חבל, ממש א waste. די גאנצע תשובה איז נישט מער ווי נאך ראיות אויף די אלטע שאלות (הזרעה מלאכתית וכדומה, egg donation וכו,). אבער בנוגע די עיקר הדיון זאגט ער גארנישט. פאר 35 פעידזשטס רעד ער וועגען די אלטע נושאים אין און די לעצטע שורה זאגט ער "דאס זעלבע איז אויך די הלכה מיט אוועריס" אן קיין שום ראיה. ויותר גרוע, ער איגנארירט בכלל די שאלה אז אפשר יש לחלק צווישן eggs און אוועריס. ממש א ברכה לבטלה.
בנוגע די תשובה פון ר' אברהם עמרם מייזעלס, די תשובה איז שוין געווארן געשריבן מיט 10 יאהר צירוק,!!! וועגן דעם רעדט ער כמעט נישט וועגן "אווערי", ווייל נישט דאס איז געוועהן די נושא דעמאלטס, איינער האט עס נאר יעצט פארשפרייט...
ממילא איז אלעס פארענטפערט
 
ער רעד יא קוק צב"ש אות י"ג אויף דף 23 וואו ער איז מסביר פארוואס ער איז נישט מחלק
ער איז נאר מסביר פארוואס מ'קען נישט ברענגען א ראיה פון כלאים, אביר ער באציט זיך קיינמאל נישט צו די עיקר שאלה: אויב ovaries איז אנדערש פון eggs בנוגע אז אפילו די וואס א'סרן egg donation וועלען מעגליך מתיר זיין ovary donation. דעס איז די עיקר וויכוח און פון דעם רעדט ער נישט א ווארט.
 
בנוגע די תשובה פון ר' אברהם עמרם מייזעלס, די תשובה איז שוין געווארן געשריבן מיט 10 יאהר צירוק,!!! וועגן דעם רעדט ער כמעט נישט וועגן "אווערי", ווייל נישט דאס איז געוועהן די נושא דעמאלטס, איינער האט עס נאר יעצט פארשפרייט...
ממילא איז אלעס פארענטפערט
אקעי, הבנתי
 
image000000.jpg

די צוויי ראשי המערכה האבן זיך געטראפן ביי א שמחה לעצטע וואך, מערקט די שמחה אויפן פנים פונעם פריימאנער רב..... האמת והשלום אהבו!!!
 
א' הרב אויערבאך האט נישט קיין קינדער, מ'קען נישט זאגן דא אז ער פארשטייט נישט די אידן וואס האבן נישט קיין קינדער!!
ב' ער שרייבט שארף [אזויווי רבי משה שאול קליין] אז מ'דארף מאכן א ספר יוחסין פון די דאזיגע קינדער...
ג' לגבי רבי נתן קופשיץ, אפיציעל האבן די מתירים פארשפרייט אז זיי האבן א בריוו פון איהם ווי ער שרייבט להיתר און אז רבי משה שטערנבוך האט צוגעשריבן אז ער איז א בר סמכא, ס'זעהט אויס אז זיי האבן נישט געזאגט קיין אמת, איני יודע,
די שאלה איז צו דאס וואס רבי משה האט געזאגט אז רבי נתן איז א בר סמכא, גייט יעצט אויך ארויף אויף די נייע חתימה......
 
ס'איז דא וואס טענה'ן אז ר' נתן קופשיץ האלט נאך אלס להיתר און די חתימה איז נישט אמת, הגם ס'איז שווער צו זאגן אזוי. אבער אזוי האט מיר איינער געזאגט.

די טענה אז ר' עזריאל אליינס האט נישט קיין קינדער איז א שטארקע טענה.

ס'איז אינטערסאנט וואס ער זאגט אז לויט זיין שווער הרב אליישיב טאר מען נישט מאכן מער ווי איינמאל איי ווי עף.
 
עפעס בריוון פון מתירים, ר' געציל שרייבט אז ער איז מצטרף צו מהרא מסאטמאר'ס בריוו וואס איז נאכנישט דא. מסתם וועט עס ליעקן איין טאג.

רב אייזנבערג פון סקווירא ברענגט א מעשה פון תש"ע ווי רב אלישיב האט עס מתיר געווען.
 
בייגעלייגטע פיילס

ס'איז געווען אין איינע פון די בלעטער דא א גוגל דרייוו לינק מיט אלע תשובות און בריוון אין דעם נושא, כ'האב עס פרובירט יעצט אפיר צו זוכן אן ערפאלג.

איינער קען עס ביטע איבערשיקן?
יישר כח.
 
ס'איז געווען אין איינע פון די בלעטער דא א גוגל דרייוו לינק מיט אלע תשובות און בריוון אין דעם נושא, כ'האב עס פרובירט יעצט אפיר צו זוכן אן ערפאלג.

איינער קען עס ביטע איבערשיקן?
יישר כח.
 
what about r aron's tshuva?
 
די דיון איז איבער א זאך וואס הייסט השתלת שחלת

שחלת איז די אווערי, דארט ווי אלע אייער ליגט ווען מ'ווערט געבוירן

צווישן די תשובות פון ר' חיים אהרן אונגאר און ר' יואל גוטמאן קען מען ארויסהאבן אלע צדדים פון די שאלה, און וואס די מציאות הדברים איז
ווער נאך האט געלייענט די דאקומענטן? איך האלט אינמיטן אונגער'ס בריוו צו ר' געציל און איך האלט מיך ביי די זייטן. ס'איז אנבּעליוועבּל אויף וואס די מענטשן ווערן באצאלט. ער מאלט וואסער, מיט קאָמפּאַריסאָנס וואס אינו דומה המשל לנמשל. בין כלאים של ישינה עם ערלה און השתלת שחלה (פארקערט, אויב גייט מען לפי נטיעה ראשונה ברויך דא זיין אסור). און אלעס בויעט זיך אויף א תרגום יונתן וועגן יוסף און דינה 😆
נו, אבער כאטש דיסקוסירט ער עס.
נאר דא האב איך מיך געמוזט אפשטעלן און קוואטן:
1000027381.jpg

1000027382.jpg

:ROFLMAO:
 
נאך:
1000027401.jpg

וואס איך פארשטיי נישט איז ווי-אזוי קען א מענטש אין די זעלבע אטעם זיין ביזי אָן די וואָן הענד פרובירן זיך ברענגען א ראיה פון מציאות הדברים און פון רופאים און אָן די אָטהער הענד קומען מיט אזעלכע אַוּט דעיטעד מושגים ווי דער רמב"ן וועגן די מקלות יעקב אבינו און אז דנ"א שפיהלט נישט קיין ראלע אין הלכה, אדער אז קלסתר פנים (וואס איז אגב דוקא יא נראה לעינים) מיינט אויך גארנישט. האסטאָך א רגע צוריק געוויזן אז קלסתר פנים איז יא א וויכטיגע וועריעבּל, מען זאל מתיר זיין צו נעמען שחלות פון שוועסטערס..
אַבּי כ'האב מיך געווינדערט פארוואס די מענטשן זענען נישט ענדישער קיין סײַענטיסטן. 😆
1000027406.jpg
 
Back
Top