דער ראגאטשאווער זצ''ל ווי א גרויסער גאון ער איז געווען, האט ער אבער נישט געקענט די מציאות, ווייל בעצם האט קיינער אין די וועלט נאך נישט דעמאלטס געקענט די מציאות.
לויטן ראגאטשאווער וואלט נישט מעגליך געווען צו פערטילייזן א ביצית אן א שחלה און עס אריינלייגן אין א צווייטע, און ס'זאל געבוירן נאכדעם, וואס דאס איז א זאך וואס ממש ''קיינער'' אפילו פון די לינקסטע רבנים האבן עס נישט מתיר געווען, און געהאלטן אז בכגון דא באלאנגט עס 100% צו די תורמת. זיי אלע האבן קיינער נישט געוויסט פון די גמרא פונעם ראגאטשאווער? אלא מאי האט ער ווייט נישט געוויסט וואס מ'ווייסט היינט, ווייל ווי געזאגט ''קיינער'' האט נאך נישט געוויסט.
און דאס איז ווען מ'זאל שוין אננעמען אז דאס האט ער געמיינט, ס'איז בכלל נישט זיכער וואס ער מיינט דארט צו זאגן, דברים סתומים, און מ'בויעט שוין פיתום ורעמסס.
בכלל צו גיין ברענגען א ראיה פון אפאר שורות פון א גדול פון 100 יאהר צוריק וואס איז נראה בעליל מדבריו אז ער האט בכלל נישט געקענט דעם מציאות ווייזט נאר איין זאך: אז אן גראבע שקרים איז נישט דא קיין זכר פון קיין היתר!!