הרב שלמה יהודה בארי שליט"א הינוקא

יענקל פאדראשיק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 30, 2024
מעסעדזשעס
210
רעאקציע ראטע
789
פונקטן
123
איך זעה אז עס איז נישט דא קיין שנירל אויף אים וועל איך גיין פתיחה
הרב שלמה יהודה בארי שליט"א
1755174945777.webp

איך קען נישט קיין אינפרמאציע אויף אים אדרבה
איך וואלט זייער הנאה געהאט אויב איינער ווייסט און האט א שטיקל אפהאנדלונג איבער אים.

איין זאך וואס שטארט ארויס איז זיין שפילען מיוזיק
View: https://youtu.be/6pQBld0bq5A?si=tpK5z5btmC46PH_h

ער זיצט אויבו אן אין שפילט מיט א געשמאק מיט די לעכט ארום עס קוקט אויס ממש ווי ר' נחמן'ס משיח..
 
אויף קאווע שטיבל איז געווען א אשכול וועגן עים ער איז א בקיא בכל התורה כולה
 
לעצט רעדאגירט:
ער האט געגעבן א וואקס ארויס פלוצלינג, קיינער ווייסט נישט פונקלעך פון ווי ער קומט (עפעס פון שפאניע...)
למעשה קומט ארויס כסדר אותות ומופתים וואס שפילט זיך אפ ביי איהם, מאדנע מעשיות וואס מ'דארף זיין א ריינע ספרדי צי גלייבן....
דערווייל מיינעך איז תולדות אהרן די איינציגסטע רבי וואס האט זיך געטראפן מיט איהם....
 
איך גיב נישט קיין דעקל פאר סיי וואס רבי/משפיע... נישט היינטיגע, נישט אמאליגע, און נישט צוקונפטיגע. ס'האט מיר פשוט קיינמאל נישט געצויגן די ענינים.

אבער יעצט ווער איך נייגעריג. איינער האט א לינק צו עפעס א באשרייבונג אויף איהם? א ספרדי, בעל תשובה, חכם, רבי, גאון, פיאנע שפילער, וואס איז די מעשה מיט איהם?
 
איך גיב נישט קיין דעקל פאר סיי וואס רבי/משפיע... נישט היינטיגע, נישט אמאליגע, און נישט צוקונפטיגע. ס'האט מיר פשוט קיינמאל נישט געצויגן די ענינים.

אבער יעצט ווער איך נייגעריג. איינער האט א לינק צו עפעס א באשרייבונג אויף איהם? א ספרדי, בעל תשובה, חכם, רבי, גאון, פיאנע שפילער, וואס איז די מעשה מיט איהם?
די מאמענט האט איהם אמאל באשריבן, אבער כדרכם בקודש איז מען געבליבן נאך מער אימוויסנד ווי פארדעהם, ממש חסר תוכן
 
איין זאך וואס שטארט ארויס איז זיין שפילען מיוזיק
איז דאס אידישע מוזיק? מיר קוקט אויס פון די ערשטע פאר מינוט ווי ער שפילט קלאסישע מוזיק. ס'הערט זיך עפעס באקאנט. איך בין נייגער זיין היסטאריע מיט מוזיק, קוקט אויס ווי ער האט עס געלערנט פראפעסיאנעל יונגערהייט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אנטשולדיגט ַ נישט קלאסיש. ס'הערט זיך עפעס זייער באקאנט ווי עפעס א אינטראָ צו א פּאַפּ ניגון. איינער ווייסט די מקור?
ס'סאונד ווי מייקראסאפט On Hold מוזיק
עה איך מיין צו זאגן ס'זייער ג'ענעריק
טריי שעזעם
 
חבדפידיע לייגט איהם אראפ ווי א היבשע מנחם מענדל משיחיסט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין די יונגע יארן האט ער געהייסן 'שי צוברי', ער האט געפירט א שטיקל משיח'יסטישע קולט און ער האט זיך פארקויפט אלס משיח, הייסנדיג מענטשן טון מאדנע זאכן. ער איז שיער אריינגעפאלן אין לעגאלע פראבלעמען, ער האט געהאלטן א האר איידער מען האט אים באשמוצט. ער האט זיך שנעל און איידל ארויסדערזען דערפון, דאן איז א אריין א תקופה אין באהעלטעניש, און ארויסגעשפראצט פלוצלינג שפעטער, אלס א ינוקא קדישא, אריינבלענדנדיג מער אין דער חרדי'שער געזעלשאפט.

איין זאך קוקט שטארק אויס, אז אסאך געלט איז דא אריינגעמישט אויף פראפעגאנדע צוועקן.
 
"הינוקא מעסיק בריוני צעצוע שמאיימים בתביעות משפטיות על כל פורום שמפרסם מידע על הינוקא, בהתחלה הם באים בטוב, ואם לא הולך אז ממשיכים ברע, אם צריך גם מגיעים לאנשים עד הבית כמו מאפיונרים אמיתיים, אם הפורום חסום בנטפרי אז הם מפציצים את נטפרי בתלונות עד שהפורום נחסם. רוב הפורומים נכנעו, הפורום היחיד שלא נכנע הוא פורום בחדרי חרדים שממילא חסום בנטפרי"

גייט קרעמל יעצט ווערן אטאקירט?
 
קרעמל איז נישט חסום בנטפרי?...
 
Back
Top