ר' מאטל זילבער מ'תולדת יהודה (סטיטשין)

איי, איך האב געמיינט אז רבי יענקעלע'ס מעשות זענען מעשות וואס מ'קען גלייבען. יעץ האסטו אים אויך אפ'גע'פסלט ביי מיר.

קענסט אפשר מיר שיקען די אודיאו? אפשר זאגט ער עס בדרך אגדה וכו'. פאר איך פסל אים אפ אויף דיין עדות'שאפט, אפשר ביסטו חוסר הבנה.

שיק אריין די אודיאו, בבקשה!
 
איך האב ביז היינט נישט גיהאט קיין צייט צו אריינקומען דא אין שנירל, אבער יעצט האט זיך געמאכט א ביסל צייט, בין איך אריינגעקומען דא אויף א שפאציר

קודם כל וויל איך מגלה דעת זיין, אז איך האב נישט חרטה אז איך האב געוואוט אויף אראפ ווען מהאט געוואלט ווארפן דעם פותח השנירל פון קרעמל (מוואלט געדארפט טרעפן עפעס א וועג פאר זיין טראל'קייט אבער איך האב זיך געקאטשעט פאר געלעכטער פון זיין לשונות.)
קעגן סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע'ס. און ער זיצט דארטן אפ ביי די ציונים אגאנץ זומער אנשטאט גיין אין קאנטרי ווי רוב כלל ישרא'.
וועגן די מיינונגן פון דעם מוטל אויפ'ן סאקמער'ע רב ז"ל האט מיר א חבר געשיקט אין אימעיל:

סיפורים בדויים ומושכלים מאת הרב המשפיע מאטיל זילבער על רבינו הק' זי"ע
מתוך השיעור ליקוטי מהר"ן
- ליל כ"ו אב שנת תשפ"ה -

היינטיגע רעבי'ס וועסט זיי זאגן א ווארט מען טאר זיך נישט קריגען מיט זיי, סאטמערע רב האט זעהר ליהב געהאט אז מען האט זיך געקריגט מיט איהם, היימישע האבן זיך געפלעגט קריגן מיט איהם, פרעמדער, און ער האט געענטפערט, ס'איז געוועהן דיונים דארטן. אין די ערשטע צייטן, די עולם האט נאך נישט געוויסט אזוי... האבן זיך בחורים אינגלעך געפלעגט קריגען מיט איהם, מען האט געקענט הערן אינדערויסען ווי ער קריגט זיך מיט א אינגל ער ברענגט ראיות און ער ברענגט צוריק ראיות. סאטמערע רב איז געגאנגען אין די מקוה האט ער געקענט שטיין אין די "גאטשעס" אפשר א שעה און זיך קריגען מיט מענטשען, ער האט ליב.. ער האט נישט מקפיד געעועהן בכלל, ער האט געוואלט אויסלערנען די עולם...

***

ווען ס'איז געווארן א מדינה, די רגע ער האט געהערט אז די או"ם האט מסכים געוועהן אויף די מדינה, איז ער פונקט געוועהן שבת אין בארא פארק און זייט דעמאלס האט ער נישט געקענט אנקוקען בארא פארק, ווייל דעמאלס האט ער געהאט די בשורה ביי שלש סעודות, האט איהם עפעס געזאגט א איד "רבי אונז האבן א מלוכה!" האט סאטמערע רב געזאגט, ס'איז אינו נאכל מחמת מלחו. ער האט געקריגן א שלשול, סאטמערע רב האט דעמאלס באקומען א
שלשול, און אלע בגדים זענען ש... געווארן, ס'האט געדארפט זיין מלוה מלכה דעמאלס, און מען האט געדארפט שיקן א שליח קיין וויליאמסבורג זאל ברענגען נייער בגדים, ער האט געקריגן אזא שלשול אז ער האט נישט געקענט קומען צו זיך, ווען ס'געקומען צו דעם ענין איז נישט פשוט, ער האט זיך מוסר נפשו געוועהן, עכ"פ ער איז געוועהן א הייליגע איד...

רוב פון זיינע הייסע חסידים, דהיינו די חבורה אין בארא פארק, זענען בעלי מדריגה, כולל אינגעלייט, אדער בעלי בתים וואס זענען נישט מעורב בין הבריות, אזאלכע עובדים, אמאליגע יושבים פון בעלז. גראדע פארלאנגט ר' מאטל אויך צו זיין נארמאל, נישט פליען אין הימל, זיינע פשוטע 'מסילת ישרים' שיעורים איז ס'מערסטע מיטגעהאלטן אויף 'קול הלשון', נישט די טיפזיניגע חסידות שיעורים, פאר געהויבענע סעלעקטירטע יראי שמים מרובים.
ביי אונז באט מען אלס געוויסט אז ווי מער יושב אזוי מער רוצח
ווען מזאגט א בעלז'ע יושב מיינט דאס נישט א בעל מדריגה און א בן עליה, נאר א נידריגע פאליטקאנט א שלעגער און א נידערע מאן
 
יעצט וואס סאטמאר רב האט געמיינט מיטן זאגן נשתכח תורת בער שם ווייס איך נישט (דאכצעך ס'איז דא אן אשכול דערפאר) אולי קענסטו עס פורש זיין.
דאס האט מען שוין געזאגט אין ראפשיץ צאנז סאך פאר וואס סאקמער איז געבוירן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
סאו חוקר ודורש איז א טיפיקל סאטמארע חזיר. פיין, נעקסט קעיס.
 
סאו חוקר ודורש איז א טיפיקל סאטמארע חזיר. פיין, נעקסט קעיס.
קיין שייכות קיין סאקמער
עס איז דא נאך מענטשן וואס האבן נישט ליב מוטל נישט נאר די סאקמערע בהמות…

איך בין א ראפשיצע אייניקל (נישט סטוטשין).
 
ר' מאטל אינטרעסירט מיר די לינקע פאה. כ'האב פראבירט צו פלעיסן פון ווי דיין טיפע שנאה צו די הייליגע בעלזא יושבים שטאמט.

זאגסטו אז עס שטאמט נאך פון גאליציע.
 
ר' מאטל אינטרעסירט מיר די לינקע פאה. כ'האב פראבירט צו פלעיסן פון ווי דיין טיפע שנאה צו די הייליגע בעלזא יושבים שטאמט.

זאגסטו אז עס שטאמט נאך פון גאליציע.
גילוי דעת פון מיין מאמע זייט האב איך אויך זיידעס וואס האבן געוואינט אין אונגארן (מקורם מגאליציע) וואס זענען געפארן קיין בעלז אין איינע פון זיי איז איך געווען א יושב

אגב ווער מיינסטו זענען געווען די יושבים?
גרושים / שווערע מענטשן / מענטשן מיט שלום בית פראבלעמען וכדו׳ יא עס איז געווען דארט אויך אפאר ערליכע אידן
אבער רוב זענען געווען פון די חברה פארביסענע שלעכטע שווערע מענטשן וואס האבן עוסק געווען אין פאליטיק כל ימיהם
 
איך האב געזעהן אין א ספר אז מ'האט געפרעגט א יושב אין בעלזא גאר א אלטער בחור וואס האט בכלל נישט געהאלטן ביים חתונה האבן, וואס וועט זיין מיט קינדער האט ער געזאגט איך וועל זיך פראווען ביים רב ער וועט מבטיח זיין קינדער
 
מהאט עס דערציילט מיט א נאמען
איך געדענק יעצט נישט די נאמען נישט קיין יושב
נאר א דארפסמאן בגלילות בעלז מיין איך
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top