סיפורים בדויים ומושכלים מאת הרב המשפיע מאטיל זילבער על רבינו הק' זי"ע
מתוך השיעור ליקוטי מהר"ן
- ליל כ"ו אב שנת תשפ"ה -
היינטיגע רעבי'ס וועסט זיי זאגן א ווארט מען טאר זיך נישט קריגען מיט זיי, סאטמערע רב האט זעהר ליהב געהאט אז מען האט זיך געקריגט מיט איהם, היימישע האבן זיך געפלעגט קריגן מיט איהם, פרעמדער, און ער האט געענטפערט, ס'איז געוועהן דיונים דארטן. אין די ערשטע צייטן, די עולם האט נאך נישט געוויסט אזוי... האבן זיך בחורים אינגלעך געפלעגט קריגען מיט איהם, מען האט געקענט הערן אינדערויסען ווי ער קריגט זיך מיט א אינגל ער ברענגט ראיות און ער ברענגט צוריק ראיות. סאטמערע רב איז געגאנגען אין די מקוה האט ער געקענט שטיין אין די "גאטשעס" אפשר א שעה און זיך קריגען מיט מענטשען, ער האט ליב.. ער האט נישט מקפיד געעועהן בכלל, ער האט געוואלט אויסלערנען די עולם...
***
ווען ס'איז געווארן א מדינה, די רגע ער האט געהערט אז די או"ם האט מסכים געוועהן אויף די מדינה, איז ער פונקט געוועהן שבת אין בארא פארק און זייט דעמאלס האט ער נישט געקענט אנקוקען בארא פארק, ווייל דעמאלס האט ער געהאט די בשורה ביי שלש סעודות, האט איהם עפעס געזאגט א איד "רבי אונז האבן א מלוכה!" האט סאטמערע רב געזאגט, ס'איז אינו נאכל מחמת מלחו. ער האט געקריגן א שלשול, סאטמערע רב האט דעמאלס באקומען א
שלשול, און אלע בגדים זענען ש... געווארן, ס'האט געדארפט זיין מלוה מלכה דעמאלס, און מען האט געדארפט שיקן א שליח קיין וויליאמסבורג זאל ברענגען נייער בגדים, ער האט געקריגן אזא שלשול אז ער האט נישט געקענט קומען צו זיך, ווען ס'געקומען צו דעם ענין איז נישט פשוט, ער האט זיך מוסר נפשו געוועהן, עכ"פ ער איז געוועהן א הייליגע איד...