אויב איז ער טאקע א ערליכער איד מיינט נישט כבוד עצמי, נאר כבוד ה', זאל ער צומאכן זיין זיפער פון זיין פיסק און רעדן ווייניגער פון אנדערע, איך זעה נישט הרב זילברבערג און הרב בידערמאן ועוד זאל זיך נעמען צו אנדערע ערליכע קהלות, איך פארשטיי זיין פיין, ער זעהט אז מ'האלט שוין קרוב צו פופציג יאר פון די פטירה פון הרב הקדוש מסאטמאר זצ''ל און אלפים ורבבות שטורעמען און זענען שופך שיח ביי זיין ציון הקדוש ביומא דהילולא דילי' אידן פון אלע שיכטן און קרייזן אונטער א גאס רעגן פול מיט בלאטע מ'גיסט מאות אלפים לצדקה לעילוי נשמתו הקדושה, בעת ביי הקדוש ר' מאטל געפונען זיך איטליכע צענדליג נייגעריגע, הקנאה התאווה והכבוד מוציאין את האדם, מ'זאגט נאך פון די תלמידי הבעל שם טוב זי''ע אז מ'האט געהערט די לעצטע ווערטער פון דעם הייליגן בעל שם טוב זצ''ל פאר די הסתלקות האט ער געזאגט אל תבואני רגל גאווה, אזוי אויך ביים הייליגן קדושת יום טוב זי''ע, ער דארף פארשטיין אז א געמישעכטס פון 770 מיט נ נח נחמ מיינט נאך נישט עבודת ה', דאס מיינט אני ואפסי, יעצט חודש אלול אהיימקומענדיג פון איזראעל זאל ער רעדן נאר פון זעעעך נישט פון אנדערע,