- זיך איינגעשריבן
- מאי 18, 2025
- מעסעדזשעס
- 82
- רעאקציע ראטע
- 249
- פונקטן
- 28
אפשר וואלט געווען כדי צו מאכן א געהעריגע פאול, אבער איך וויל דער עולם זאל אריינקומען מיט תשובות.
איינע פון די גרויסע טענות פאר אידישקייט איז די טענה אז 600,000 אידן האבן געזען מעמד הר סיני, און עס איבערגעגעבן פאר זייערע קינדער, און זיי צו זייערע, ממש גראד ביז אונזער טאטעס וואס האבן עס איבערגעגעבן פאר מיך און דיך.
די שאלב איז צו ס'איז טאקע אזוי, צו דען איז דא א צייט וואס א טאטנ נעמט צאם די משפחה און פארציילט זיי וועגן מעמד הר סיני וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע?
יציאת מצרים איז טאקע דא א צייט, פסח ביינאכט, וואס מען פארציילט ווי מען איז ארויס פון מצרים, אבער דאס קען שוין זיין אז די עיקר מעשה איז אמת, מען איז ארויס פון דארטן, אבער די פרטים זענען געוואקסן און צוגעקומען מיט די יארן.
מעמד הר סיני אבער איז די עיקר זאך דאס אז גאט האט זיך באוויזן און געגעבן א תורה, די זאך איז נאר אז סנישט קיין ספעשל צייט וועם א טאטע זאגט עס. איך געדענק נישט מיין טאטע זאל מיר עס אמאל זאגן. סך הכול איז עס וואס יעדער גלייבט, ווייל אזוי שטייט, די רביס לערנען עס אויס אין חדר און שוין.